בית פורומים אידישע געדאנק

בקשה צו די חשובע חבירים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2012 22:54 לינק ישיר 
בקשה צו די חשובע חבירים

אין ליכט פון די שטארקע אויפוואכונג מיט די פילטער'ס בעט מען אלע חבירים בכל לשון של בקשה
ביטע נישט אהער לינקן קיין יוטוב סייטס אדער ווידיאוס, אונז וויל מיר דא אריינקומען אבער אונז וויל מיר אז עס זאל זיין כשר, אלזא בעט איך די מנהל זאל איינשטעלן א נייע תקנה אז מען טאר נישט ברענגען קיין לינקס צו די טמענא ווידיאו וועבזייטל  יוטוב (עס איז שוין דא ענליכע תקנות אין אנדערע פארומס)
אין פאר די וואס ווילן ברענגען א ווידיאו זאלן עס ביטע ארויפלייגן אויף אנדערע ווידיאו כשרע סייטס אז עס זאל זיין נוצבאר פאר די פילטער באנוצער

א גרויסן ייש''כ



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 22:56 לינק ישיר 

איך בין מיך אויך מצטרף צו די בקשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 22:57 לינק ישיר 

די נבל ברשות התורה!

די רבנים האבן גע'אסר'ט להלכה זיך צו באנוצן מיטן אינטערנעט אפילו אויב ס'האט א פילטער אויב ס'איז נישט לצורך פרנסה! ס'נישטא אזא זאך ווי א "כשר'ע ווידיאו סייטס".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 23:00 לינק ישיר 

זאג נאר פריש דו שרייבסט דא לצורך הפרנסה???
וואס האקסטו א טשייניק
מען רעדט דא צו אידן וואס ווילן זיך אביסל אויסליפטערן אינמיטן די ארבעט אין זיי ווילן עס האבן אויף א כשר'ן אויפן
אין איך וועל בל''נ שטארק צוימען מיין שרייבן דא אי''ה


תוקן על ידי ביידען ב- 22/05/2012 23:02:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 23:07 לינק ישיר 

אינטערנעט שלא לצורך פרנסה איז טריפה!
זיך אויסליפטערן אויפן אינטערנעט אינמיטן די ארבעט איז אסור להלכה! אזוי האט גאנץ כלל ישראל אנגענומען.

עס עגזעסטירט נישט אזא זאך ווי זיך אויסליפטערן אויפן אינטערנעט אויף א כשר'ן אופן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 23:10 לינק ישיר 

זאג נאר וואס זוכסטו דא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 23:27 לינק ישיר 

ליידער האב איך נאך נישט געהאט די שטארקייט צו באזיגן מיין יצר הרע, איך ארבעט דערויף.

צו זאגן אז ס'איז דא "כשר'ע" סייטס ווי מען קען זיך ליפטערן איז שקר און ליצנות.

אלע גדולי הדור אלע אלע אלע אלע האבן פה אחד מחליט געווען אז אינטערנעט שלא לצורך פרנסה איז אסור.

אפילו ווען איינער האט אינטערנעט לצורך פרנסה און אפילו מיט א פילטער מעג ער דאס נאר ניצן לצורך פרנסה, מען טאר נישט איינקויפן ביי מעיסיס און וואלמארט און מען טאר נישט זיך אויסליפטערן אויף הייד פארק.

דיין פשעטל הערט זיך בערך ווי דער הצלה מעמבער זאל "דרייוון" צו זיין טאטע שבת נאכמיטאג ווייל ער איז א הצלה מעמבער און מעג דרייוון שבת.


תוקן על ידי פריש ב- 22/05/2012 23:28:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בקשה צו די חשובע חבירים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext