כ''ק מרן אדמו''ר עטת''ר מהרי''י מסאטמאר שליט''א האט היינט אין א באגריסענדע פאזעטיווע שריט פארארדענט פאר זיינע קינדער אז מען זאל זעהן אז די סאטמערע וועבזייטליך אין פארוםס זאלען פארשפארט ווערן אין ליכט פין די גרויסע כינוס, ספעציעל האט די רבי מעורר געווען אויף די סאטמאר נייעס סייט אין די אידישע געדאנק פארום, פרטים יבואו
די רבי איז נישט ציפרידן אז עס שלאפט ווייל עס מיינט אז עס גייט זיך אויפוועקן, די רבי האט נאכמאל אנגעזאגט די קינדער שליט''א זאלען זעהן אז עס זאל גענצליך פארמאכט ווערן די זעלבע מיט די סאטמאר ניוז אין טוויטער גרופס פין די קהילה
נשלח ב-24/6/2012 23:41
ב"ה מ'קען זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטוען א געוואלדיגע זאך מיטן מצליח זיין צו פארמאכן דעם פורום אידישע געדאנק, און פארשטייצעך אז דאס האט אן השפעה אויף דעם פורום אויך.
נשלח ב-24/6/2012 22:33
אין די טעג ווערט אויסגעארבעט די איבריגע דעטאלען פין פארמאכען די סאטמאר ניוז וועבסייט אין טוויטער אקאונטס, ווי יעדער זעהט האלט די פארום אינמיטן פארמאכט ווערן ווען אינזער שרייבער האט אויפגעהערט שרייבן, פרטים יבואו, אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך יעצט פאר די נייע סאטמאר פילטער וואס וועט יעדער מאנ''ש וועט האבען אויף טעלעפאון בלויז אימעיל אין נישט קיין שום אינטערנעט פרטים יבואו
נשלח ב-24/5/2012 22:59
און ליכט פון די הייסע ווארע וואס הער שארמאשער האט אונפארמירט דא פאר די מענשהייט, אז מהרז"ל האט געהייסן צום צענטן מאל צו פארמאכן די צענדליגע זאליבאנישע וועבזייטליך,
הערט מען אצינד אז דער מלשין דמתא, איז אריין געפאלן און א שרעקליכער פאניק, ער ווייסט זיך ממש נישט וואו אהין צו טאן, ער לויפט ארום און זיין כאטקע וואו א ווילדער טיגער, און הייסע לאווע שפריצן אים פון זיינע משומדישע נאז לעכער. און קאפעט דעם פאדלאקע מיט א ווילדן כעס, ער צלמ'ט זיך אן אויפהער, און הערט נישט אויף צו שרייען דעם נאמען פונעם אותו איש ימ''ש, עס איז פחדים,
כ''ק מרן אדמו''ר עטת''ר מהרי''י מסאטמאר שליט''א האט היינט אין א באגריסענדע פאזעטיווע שריט פארארדענט פאר זיינע קינדער אז מען זאל זעהן אז די סאטמערע וועבזייטליך אין פארוםס זאלען פארשפארט ווערן אין ליכט פין די גרויסע כינוס, ספעציעל האט די רבי מעורר געווען אויף די סאטמאר נייעס סייט אין די אידישע געדאנק פארום, פרטים יבואו
תוקן על ידי שארמאשער ב- 23/05/2012 01:40:11
איך זעה ער האט כאטשיג געוויסט וועם צו רופן.....
לדעתי לדעתי וועט נאך די זאלי סייט באקומען א היתר פין די ביד''ץ צו בלייבן אפען
ווי ביי יעדע פראבלעם וואס די זאליס האבען מיט די תורה
שארמאשער קענסט אפשר מסביר זיין וואס הייסט ביז א' קרח? ס'איז עפעס א ביזנעס וואס מ'קען עס נישט צומאכן פון היינט אויף מארגן אויב קען מען צומאכן, פארוואס נישט היינט?
תוקן על ידי ריזקאליש ב- 23/05/2012 23:32:53
נשלח ב-23/5/2012 20:56
שארמאשער כתב:
די רבי שליט''א האט געגבן א דאטום ביז א' קרח דארף די סאטמאר נייעס וועבזייטעל זיין פארשפארט, ער האט געזאגט אז ער האט געוויסט דערפון ביז יעצט נאר ער האט גארנישט געקענט טוהן אבער יעצט איז געקומען די צייט וואס מען מוז עס זאפארט פארשפארען
וואס הייסט אז ער האט גארנישט געקענט טוהן? צו דען איז ער נישט די רבי?
נשלח ב-23/5/2012 20:15
די רבי שליט''א האט געגבן א דאטום ביז א' קרח דארף די סאטמאר נייעס וועבזייטעל זיין פארשפארט, ער האט געזאגט אז ער האט געוויסט דערפון ביז יעצט נאר ער האט גארנישט געקענט טוהן אבער יעצט איז געקומען די צייט וואס מען מוז עס זאפארט פארשפארען
נשלח ב-23/5/2012 19:41
אדער איז דאס סתם אן אויסגעטראכטע מעשה. (קרעדיט: געלעכטער...)
נשלח ב-23/5/2012 19:33
איך האב געמיינט ער ווייסט נישט דערפון? אויב ווייסט ער יא, ווי איז ער געווען ביז יעצט אבער עס איז קיינמאל נישט שפעט, אויב עס וועט האבן א קיום
נשלח ב-23/5/2012 18:35
אינטערסאנט, אנדערע רבנים קענען נישט צושפארן קיין וועבסייטס דורך זאגן פאר זייערע קינדער, ווייל זיי האבן נישט קיין קינדער וואס שרייבן אויף די אינטערנעט.
הוא מותיב והוא מפרק
נשלח ב-23/5/2012 04:40
לאנצוט כתב:
פאר די אידישע געדאנק האט זיך געעפנט לעשות רצון צדיק איז געווען "חדשות אנ"ש" וואס האט זיך געשפארט לעשות רצון צדיק.
תיקון טעות איינס פאר'ן געדאנק איז געווען אחים אנחנו
נשלח ב-23/5/2012 02:15
כ"ק אדמו"ר מהרז"ל באשאפט אלס די רפואה פאר די מכה... און איז גאר אויסגערעכנט. ווען די זאלי אנשי שלומינו האט זיך געשפארט צוליב לעשות רצון צדיק, האט זיך אינעם זעלבן טאג געעפנט די אידישע געדאנק... אויך "כדי לעשות רצון צדיק". שטייצעך אז דער מנהל פון אידישע געדאנק האט זיך דערקלערט אז ער האט "גארנישט" מיט די מהרז"ל קאמפאני...
פאר די אידישע געדאנק האט זיך געעפנט לעשות רצון צדיק איז געווען "חדשות אנ"ש" וואס האט זיך געשפארט לעשות רצון צדיק.
עס איז שוין די פערטל פורום וואס עפנט און שפארט זיך, לעשות רצון הצדיק! ממילא זייט נישט איבערגענומען, ווייל ביי דעם סארט צדיק איז די רפואה אנגעגרייט פאר די מכה.