בית פורומים אידישע געדאנק

גוט מארגן: ר' אהרן טייטלבוים אויפגעשטאנען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2012 09:43 לינק ישיר 
גוט מארגן: ר' אהרן טייטלבוים אויפגעשטאנען!

היינט ביי א דרשה אין מאנרא האבן די אהרונים זוכה געווען אז זייער רבי ר' אהרן איז אויפגעשטאנען פון שלאף. ער האט פארגעסן פון די ברענענדיגע דברים העומדים על הפרק וואס ער האט ערשט פארלאפענעם מאנטאג פארפירט, נעמליך די גיוס בני הישיבות, נאר אנגעהויבן מעורר זיין די אינגעלייט וועגן טעלעפאן'ס מיט אינטערנעט. ‎​
 
דאס איז נאכדעם וואס דער סאטמאר רבי שליט"א האט שוין ביים ל"ג בעומר טיש ברייט ארומגערעדט וועגן די בני תורה'ס מיט סעלפאון'ס, און דערציילט אז אריבער הונדערט אינגעלייט האבן זיך שוין ב"ה געטוישט צו מאושר טעלעפאונען. און נאכדעם וואס העכער זעכציג טויזענט אידן ובראשם די גאוני וצדיקי הדור שליט"א האבן זיך באטייליגט ביי דעם מעמד קידוש השם קעגן די אינטערנעט, איז ר' אהרן ענדליך ...אויפגעשטאנען! גוט מארגן ר' אהרן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 13:11 לינק ישיר 

ר' אהרן זאגט ער איז געווען די ערשטע לוחם צי זיין קעגען די אינערנעט חוה"מ פסח 
אין א יאר צירוק פסח האט ער מכבד געווען יעדער צי גיין קוקען אויף די טמאנע כלי
היינט איז ער די ערשטע לוחם צי זיין קעגען טריפה פאון נאר כשר סעלפאון'ס...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 16:31 לינק ישיר 

אזוי ווי דען קוועיל האט אינווענטעט די אינטערנעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 17:12 לינק ישיר 

חא חא איך האב נעכטן אוסגעהערט דעי דברי דופי פון טעללער וואס ער האט געגבן פאר די יונגע קעלבלעך
הייבט ער אן: אז ביי אונז איז שוין ב''ה נישטא די פראבלעם, רבינו שליט''א האט שוין געמאכט די תקנות אין יעדער מאכט אונז נאך... יעצט האבן זיך די אנדערע קרייזן אויפגעוועקט...עכ''ל
איך האב נעכטן געטראפן א תמומותדיגער ארוני זאגט ער מיר אז ער האט זייער שטארק געוואלט גיין צום כינוס אבער זיין רבי לאזט אים נישט אבער ער האט אויסגעהערט אלע דרשות אויף די לייוו הוקאפ מאנטאג אינדער פרי האט ער אוועקגעווארפן זיין אייפאון אין האט זיך געקויפט א פשוטע פאון
נא טעללער ביי ענק איז שוין מסודר הא??
הדא הוא דכתיב ווער ס'פרשטייט פארשטייט וכו'


תוקן על ידי ביידען ב- 24/05/2012 17:13:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 18:07 לינק ישיר 

יעדער שטייט און שטוינט, ווי דער בורא כל עולמים האט ברוב רחמיו וחסדיו אריינגערנער'ט אין זאק אריין
אהרן טייטלבוים מיט זיין שותף הבעבי הרב"צ האלברשטאם זענען געבליבן אינדרויסן פון כלל ישראל ביי דעם כינוס
(קען זיין מ'האט געוואלט דער כינוס זאל זיין ריין פון זיין טומאה, האט דער אייבישטער צוגעפירט אז ער זאל דאס נישט וועלן)

עכ"פ דער פלאן פון אהרנ'ן אויפצוקלערן פאר דער וועלט אז ס'איז א פראבלעם דער כינוס, ווייל מ'רעדט ענגליש, און ווייל מגייט זיך טרעפן מיט מענטשן רבנים פון לעקוואד (וואס מיט אלע רבנים וואס זענען געווען אויבנאן האט רעבארען שוין באזוכט מערערער מאל) האט ליידער נישט געהאט קיין גוטע רעזולטאטן, ר' אהרן האט פארלוירן דער מאכט, אלע שטייען און לאכן אויף דער נארישע שריט וואס ער האט געמאכט, פילע גדולי תלמידי רביה"ק זי"ע זענען געגאנגען און מיטגעהאלטן דעם כינוס, און טויזענטער סאטמארער אידן זענען ב"ה נתעורר געווארן ארויסצוווארפן דער כלי משחית מתוך ביתם, אדער כאשט ארויפלייגן א שטערקערע שמירה.

אבער דאס אלעס רעדט נישט צו אהרנ'ן, דער אהרונים ווייסן נישט וויאזוי זיך אהערצושטעלן דא, טייל פראבירן צו זאגן, רביה"ק האט נישט געהאלטן פון דעם (הגם אז אין די לעצטערע יארן איז נישט געווען אזא נאמען ווי רביה"ק נאר פשוט דער דברי יואל, אבער ווי זאגט דער פסוק עת לעשות לה' הפרו תורתיך) פלוצלינג איז אהרן געווארן אן אנהענגער פון פעטער ז"ל, (זאל זיין, ס'איז דאך עת לעשות) אנדערע חסידי דזשיגאן (וועלכע האבן פיינט דעם רבי'ן און ווילן נישט נוצן דעם רבין אפי' פאר זייערט וועגן) האבן דא אפירגעברענט עפעס פון שיפלאד עפעס אן איסור צו רעדן ענגליש פאר אידן וואס פארשטייען נישט, הגם דארט רעדט זיך פון גאנץ עפעס אנדערש, (אבער וואס זאל מען טוהן אז רעבארען קען גוט דער סוגיא פון מתוך, און דעריבער מדמה זיין למילתא לשאינו מילתא) והגם אז מ'האט גערעדט און דן געווען מיט דער עסקני הכינוס אז ס'זאל זיין נאר צוויי דרשות אויף ענגליש, האט דער אהרן ניטאמאל פראבירט זיך דורכצורעדן, נאר אני ואפסי עוד.

נאכן זעהן אז דער עולם לאכט נאך אלס פון אלע זיינע תורות, האט ער פראבירט צו צייגן (נישט נאר רביה"ק, נאר) קנאות, און אנגעהויבן מדמה זיין צו דף היומי, געמיינט האט ער אז אזוי וועט זיך גער עולם דעשרעקן, אבער ללא הועיל, אלע'ס לויפט אלעס גייט, מ'וויל זיין ערליך אפגעהיטן, מ'וויל מאכן גדרים מסוייגים קעגן דער כלי משחית, אבער ס'געפעלט אים נישט אז נאך איינער טוט פארן אינטערנעט, האט ער געזעהן כי כלתה אליו הרעה, האט ער ערפינדן א נייע המצאה, מ'גייט עס מדמה זיין צו דער א"י אידן וואס גייען נישט צו בחירות, א באמבע, אבער דער וועלט האט זיך נישט דעשראקן, און קיינעם נישט אונטערסירט וואס דער פון צאנז קאורט האט צוזאגן, ס'איז קיינעם נישט מעלה ומוריד, רבבות אלפי ישראל זענען זיך אינאיינעם צוזאמגעקומען, ובראשם הונדערטער רבנים ואדמורי"ם מ'סאטמאר, סקולען, וויזניץ, פשעווארסק, סקווירא, באבוב, שליט"א און דערצו הונדערטער גדולי תלמידי רביה"ק זי"ע, חברי הבד"ץ דייני ורבני קהלתינו הק' אין גרעיטער ניו יארק מאנטריאל, און הראב"ד שליט"א. דאס האט אים צורודערט, האט ער געזעהן אז מער פונעם כינוס קען ער נישט רעדן, איז אים נעבעך געבליבן נאר צו רעדן פון קנאות, און ער האט געמוזט רעדן ביים דינער פון גיוס בני הישיבות..

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.




תוקן על ידי ben_yahuda ב- 24/05/2012 18:09:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2012 19:53 לינק ישיר 

פליז שמעלץ ניט צוזאם ר' אהרן מיט אדמור מבאבוב שליטא, סאיז א ריזיקער חילוק צעווישן די צוויי, באבוב האט געהאט א שיינע אנטענדענץ דארט מיט א שיינע עולם, מיט זייער דיין, ער האט ניט געהאקט אויף די כינוס, ער האט געהאט אלע רייטס צי האבען זיין אפיניען, ער איז פינקט אזוי ענטייטעלט פאר א מיינונג ווי אנדערע חשובע רבנים וואס זענען נישט געגאנגען און וואס זענען ניט געווארען אפגעפרעגט וועגען דעם,

א קשיא איז נאר אויף די וואס האבען געהאקט דערויף וועגען נארישע בעיבישע אינטערעסטען, מי בראש וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 00:59 לינק ישיר 

גערעכט באבוב איז בכלל נישט קיין דמיון צו ר' אהרן טייטלבוים. באבוב פארשטייט יעדער אז רב"צ האט א פראבלעם מיט רמ"ד, ער קען אים נישט פעיסן סא טו ספיק, אבער דאך האט ער געשיקט זיין עולם ובראש פון זיין דיין הרב טויבער שליט"א, און אודאי נישט אראפגעריסן דעם מעמד קידוש ה'. ‎​
 
משא"כ ר' אהרן, האט נאכן זען אז ער וועט נישט זיין בראש פון די זאך, אראפגעריסן אין צוויי דרשות דעם כינוס, זיינע חסידים האט ער פארבאטן פון גיין, אפגערעדט פון זיינע רבנים, און דערנאך וויינט מען אין בלאט אז ער דארף זיך נישט צושטעלן צו דעם כינוס ווייל ער האט שוין תשנ"ט אין אידישע געדאנק געאסרט די אינטערנעט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 01:10 לינק ישיר 

סענעטאר


איך זעה אז חסידי מהר "א שרייבן

אז ער האט געשריבן א בריוו פאריגעס יאר

מחזק צו זיין די פלאן פון דעמאלס צו מאכן א חסידישע כינוס



אויב זענט איר אים חושד אז זיין פראבלעם איז מי בראש

פארוואס האט ער דארט נישט געהאט די פראבלעם ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 01:58 לינק ישיר 

חכם, די מעשה מיטן בריוו באפעסטיגט נאר די טענה אז ר' אהרן האט זיך אפגעזאגט פונעם כינוס וועגן "מי בראש". ווייל א בריוו האט ער נאך געגעבן ווען ס'האט אויסגעקוקט אז ער גייט דאס פירן. איינמאל ער האט געזען אז ער וועט נישט קענען ארויסנעמען די מאקסימום אטענטשאן, האט ער דעם בריוו גונז געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 01:59 לינק ישיר 

די מעשה מיט עקסטערע אסיפות איז געבוירן געווארן דורך שמואל ווידער פאר דריי וואכן צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גוט מארגן: ר' אהרן טייטלבוים אויפגעשטאנען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext