בית פורומים כל העולם כולו

ב"ה: אידיש-רעדנדע כינוסים פארופן דורך הגז"ל און בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2012 21:41 לינק ישיר 
ב"ה: אידיש-רעדנדע כינוסים פארופן דורך הגז"ל און בני יואל

מיט צופרידנהייט ווערט אויפגענומען אז עס ווערן אצינד אראנדשירט כינוסים פאר חסידישע אידן, וועלכע אנגעהערן זיך אלס תלמידים פון רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע, וואס ביי די כינוסים וועט נישט זיין קיין ווידיא, און נישט קיין ענגלישע דרשות, און עס וועלן נישט גערופן ווערן פרעמדע קרייזן אינאיינעם מיט די היימישע, נאר עס וועט זיין אויף א היימישן שטייגער מיט א חסידישן טעם.

די כינוסים וואס ווערן געפלאנט זענען ווי פאלגנד:

1) א' שלח, כ' סיון, דורך קהל בני יואל אין קרית יואל, אין די זאל פון בני יואל עטרת מאיר צבי.

2) א' קרח, דורך הגז"ל ט"ב ומוסדותיו און די קהילה ויואל משה פון מאנסי, מיט א מעגליכע פלאן פון ארויסנעמען דעם נוי יארק סטעיט ארמארי.

עס איז צום האפן אז ביי ביידע פון די כינוסים וועט מען טאקע אויך אראפשטעלן תקנות וועלכע זענען פאסיג און געאייגנט פאר חסידישע קהילות, און אויסרוימען דעם קאמפיוטער פון יעדע אידישע שטוב, א שטייגער ווי עס איז שוין איינגעפירט אין קהל יטב דסאטמאר ומוסדותי'.

הן עם לבדד ישכון.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2012 02:52 לינק ישיר 

five boro

הגז"ל און קהל ויואל משה פון מאנסי זענען געווען ביים כינוס און זייער יעצטיגע כינוס גייט עס נישט פארווישן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2012 03:43 לינק ישיר 

2 זאכן
קודם איך בין געווען אויף שבת און מאנרא האב איך געזען אז צד מהר"א מאכט עפעס א' שלח און קרן ויואל משה ווי מ'גייט לייגן פילטער'ס פארן עולם.

נאכדעם איך זע אויף איי-וועלט האט איינער ארויף געלייגט אז בני יואל האט שוין די תקנות פאר יאר'ן נאך אנהויב 'ס יארן ווי אויך זייערס א צעטיל ווי מיזעט דארט אז זיי האבן שוין די תקנות אקעגן קאמפיאטר'ס אינדערהיים א שיינע פאר יאר.

בקיצור ב"ה סהאט זיך געמאכט א מצב דערפון ס'איז שוין געווען געפערליך לויט יעדעם איינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2012 21:39 לינק ישיר 

פארוואס פעהלט אויס מאנסי קהלה?

זיי זענן דאך אלע געווען ביים כינוס אינאיינעם מיט זייער גאב"ד הר"ר חיים יהושע שליט"א, וועלכער האט באפוילן אז אלע בני הקהלה מוזן גיין?

און נישט נאר דאס, נאר ער איז פון די שארפסטע פאר די אלע תקנות, ער רופט אריין מענטשן פערזענליך און פארלאנגט פון זיי זיך צוצושטעלן במלוא התוקף.

וצ"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ב"ה: אידיש-רעדנדע כינוסים פארופן דורך הגז"ל און בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext