בית פורומים אידישע געדאנק

אנקעטע: זאל מען פארשליסן דעם פארום?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2012 08:08 לינק ישיר 
אנקעטע: זאל מען פארשליסן דעם פארום?

עס איז צו אונז געקומען דער וויי-געשריי פון שלומי אמוני ישראל וואס ווילן זיך האלטן צו די פסקי הלכה פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א וועגן אינטערנעט, איבערהויפט נאכן כינוס כלל ישראל - הצלת הדורות, וואס עס הערשט א גרויסע התעוררות אין די אידישע גאס וועגן דעם אינטערנעט פראבלעם, און טענה'ן אז אונזער פארום, און אזוי אויך יעדע אידישע וועב-זייטל און פארום, איז א שטארקע שטער צו זייערע קבלות טובות וואס זיי ווילן זיך פארנעמען זיך צו אויסשאלטערן פון דעם טריפה'נעם אינטערנעט ווייל זיי ווילן דאך זען מהנעשה והנשמע אין די אידישע וועלט. ‎​
 
פון די אנדערע זייט איז דא אידן וואס דארפן יא האבן די אינטערנעט לצורך פרנסה, און טענה'ן אז אויב די אידישע וועב-זייטלעך וועלן זיך פארשליסן וועלן זיי אנהייבן פאשענען אין פרעמדע פעלדער, און דעריבער בעטן זיי אז דער פארום זאל יא בלייבן אפן, איבערהויפט נאך וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך די פילטערינג פירמעס אלס נישט שמוציגער וועב-זייטל. ‎​
 
נאך שטארקע חילוקי דעות אין די הנהלה, האבן מיר באשלאסן ארויסצוקומען מיט א אנקעטע צום ברייטן ציבור און הערן די מיינונג פון אונזערע ליינער און שרייבער וואס זיי האלטן איבער דעם נושא, און לויט די מערהייט פון די שטומען אזוי וועלן מיר אי"ה טון. וחפץ ה' בידינו יצליח! ‎​
 
מיט שעצונג ‎​
 
הנהלת אידישע געדאנק.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2012 19:26 לינק ישיר 

Palin12 כתב:
למעשה וואס בלייבט?


ווי עס זעט אויס איז עס שוין פארמאכט!
מען זיכט פשוט איינעם וואס איז גרייט אויפצורוימען ארויסטראגן די מיסט און פארלעשן די לעקטער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2012 05:22 לינק ישיר 

למעשה וואס בלייבט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2012 21:54 לינק ישיר 

אויב איז עס א עולה למאי נפק"מ וואס דער צווייטער צד טוט, אויב איז עס א לכתחלה וואס איז דער פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2012 00:07 לינק ישיר 

פארוואס פארמאכען? מ'קען עס פארמאכען עס סון זיי פארמאכען זייער סוער פארום, דעמאלץ גייט דעס אויך ווערען פארמאכט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 19:15 לינק ישיר 

זאלי200 כתב:
פארוואס שפארן? ווען די גאנצע זאך איז נארא קאווער אפ צו עפענען א פערדע פארוםף
הוא אשר דיברנו, מיר שפארן מיט די האפענעונג אז ענק וועלן אויך, ווען מען איבערצייגט זיך אז רשעות איז ענקער גלויבונג האבן מיר נישט קיין ברירה און מיר מוזן צוריק קומען אפענטפערן ענקער שפיכת דמים. איך בעט ענק מיט טרערן אין די אויגן שפארטס אפ! מיר האבן דאס אוין געטון און מיר גייען נישט נאכאמאל מאכן דעם טעות! כל זמן ענק זענען שופך דם זענען מיר דא אויף אפצוענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 19:08 לינק ישיר 

אישור כתב:
פרעגט אייער רבין

נישט די ליינער
על כגון דא נאמר "ומלאך רע בע"כ יענה אמן" אויך דער הייסטער אהרויני איז מודה אז מיין רבי וועט הייסן פארמאכן. (א מזל דער מנהל איז נישט א זאלויני) יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 18:08 לינק ישיר 

פארוואס שפארן? ווען די גאנצע זאך איז נארא קאווער אפ צו עפענען א פערדע פארוםף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 16:28 לינק ישיר 

איך שטים פאר פארשפארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 10:26 לינק ישיר 

פרעגט אייער רבין

נישט די ליינער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 10:11 לינק ישיר 

בלייבן אויפן  - בכדי נישט ליינען אין נישט כשר'ע מקומות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 09:01 לינק ישיר 

leave it open
its a must, and nothing wrong about it in terms of dirt
thank you



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 22:56 לינק ישיר 

פדן ארם, אנ"ש דארפן נישט א סייט ווי זיך צו ווענדן! מיר טרעפן אלע נייעסן בנוגע קהלתינו און מוסדותינו אין דער איד און אויך אין בתוככי הקהלה. איך שלאג פאר א אימעיל פון ווי מען וועט קענען ארויסשיקן אינפארמאציע וואס פאסט נישט ס'זאל זיין אין דער איד, בתוכיכי הקהלה וכדו'. אויך זאל מען זיך קענען ווענדן צו יענע אימעיל פאר ספעציפישע אינפארמאציע. זאגן אז ווער ס'וויל נישט זאל נישט קומען דא איז קינדיש, איך פארשטיי דעם מנהל מיטן נישט וועלן האבן די אחריות און טראגן דעם נאמען "פורץ גדר" רח"ל אזוי ווי הרב וואזנער האט גע'פסק'נט הלכה למעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 21:55 לינק ישיר 

מען זאל אפען בלייבן.

דער וואס וויל שליסן האט די ברירה נישט צו קומען אויף דעם סייט.  

מיר זענען אין א שעת מלחמה, חוץ פון די אנגייעדיגע אישוס, די ביה"ח, די ראסס סט. שול, די קעמפס, בורו פארק ועוד, ווי דער עולם דארף האבן א מקור פאר אינפארמאציע אן די ליגענטס אויף זייער צענזערירטא סייט, שלאפן נישט די נ'ארוינם קיין מינוט נישט ווי נאך זיי קענען שטערן אונזער קהילה און אירע אינטערעסן.

מוז מען האבן א סייט ווי אנ"ש זאלן קענען זיך ווענדן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 20:15 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז די פורום זאל בלייבן אפען ביז ווען די אהרוינים שליסן זייער בליט טרינקערישע פורום. אזוי ווי שוין ערווענט פריער, זיי זענען געווען די ערשטע צו עפענען. און פון די אנדערע זייט האבן שוין די זאליס זיך אפגעטראגן 2 (איך מיין אפילו 3 מאל). מיר זענען צוריק געקומען נאר ווייל ווען מיר זענען געווען אפוועזענד האבן די אהרוינים ארויפגעצויגן די רשעות שטאפלען מיט 100 גראד העכער. די שפיכת דמים וואס די אהרוינים האבן פראקטעצירט יעדן טאג וואס מיר זענען נישט געווען דא איז געווען עד לב השמים. זיי האלטן זיך האלבוועגס אין די גלייזן נאר ווייל מיר זענען דא, מיר דעקן אויף זייער בלאף און מיר ענטפערן אפ זייער רשעות. אך און וויי וועט זיין אויב מיר לאזן זיי ווייטער זיצן דא און ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל זיך אנעמען פאר די יחידים און משפחות וועם זיי צוטרעטן דא. אלס די ערשטע וואס האבן געפענט א פורום (און לשיטתם איז זייעאר רבי דער ערשטער וואס האט גע'אסר'ט) און צוליב דעם וואס מיר זענען געווען די ערשטע אויפצוהערן עטליכע מאל צוליב די אלע סיבות זאלן די אהרוינים יעצט זיין די ערשטע צו פארמאכן. אבער צוליב דעם וואס איך קען די אהרוינישע גליסט פאר פרישע בליט גלייב איך שווער אז זיי וועלן זיין די ערשטע צו פארמאכן. דעריבער שלאג איך פאר אז דער מנהל זאל צונעמען רשות כתיבה פון יעדעם אן אויסנאם און נישט פארמאכן די פורום. אזוי וועט זיין א געלעגענהייט צוריק צוקומען אויב ווער א מצב אין וועלכע די אהרוינים לאזן אפען זייער פורום. וליתר שאת וואלט איך פארגעשלאגן אריבער צו גיין צו אימעיל. דער מנהל זאל מאכן א אימעיל אדרעס צו וועלכע יעדער קען שיקן זיינע ארטיקלען און געדאנקן און די מנהלים זאלן איינס צוויי מאל א וואך ארויסשיקן די ארטיקלען און נייעסן אויף אימעיל. וואס זאגט איר דערצו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2012 18:50 לינק ישיר 

לענ״ד דארף מען עס לאזן אפן נאר אכטונג געבן עס זאל זיין ווייניגער פרעזענליכע אטאקעס און וייניגער אשכולות אוף יעדע זאך

תוקן על ידי מאןדפליג ב- 25/05/2012 19:08:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אנקעטע: זאל מען פארשליסן דעם פארום?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext