באקומען אין אימעיל:ב"ה
הכרזת קודש שהכריז כ"ק מרן רבינו שליט"א
לפני אקדמות
אזוי ווי אנ"ש תלמידי רבינו פון די מרחקים האבן געבעטן אז מיר זאלען איבער געבען ווי פריער די תוכן פון די דברות קודש פון רבינו שליט"א, איז כדי לרוות הצמאים לדבר ה' וועלין מיר איבער געבען בקוצר אמרים די ראשי פרקים...
די ביהמ"ד איז גיווען גיפאקאט מלא וגדוש, עס איז גיווען א הכנסת ספר תורה, די רבי שליט"א האט גיטאנצט מיט די נייע ספר תורה און געזאגט לדוד מזמור, מען האט ארויף געטראגן אן עמוד אויפ דעם ארון הקודש און די ערנסקייט האט זיך באלד דערשפירט אין ביהמ"ד, די רבי שליט"א איז ארויף אויפן ארון הקודש, און ס'איז געווארען א גרויס געדרענג, די סדרנים האבען געמאכט סדר און דער גאנצער עולם ביי די ברכת כהנים זיצען האבן זיך אראפ גיזעצט און דער גאנצער געפאקטער ביהמ"ד איז געווארען שטיל,
די רבי שליט"א האט אנגעפאנגען מיט א קול חוצב להבות אש, (תוכן דבריו בערך)
מורי ורבותי לא לדרשה קאתינא, ... מ'גייט יעצט ליינען בחודש השלישי, דער מדרש זאגט... אימתי בחודש השלישי, יעדעס יאר ביי דעם זמן קומט אראפ די זעלבע השפעה פון קבלת התורה. די פריעדיגע צדיקי אמת האט מען ממש געשפירט די קולות וברקים, מיר זענען טאקע נישט ביי די מדרגה אבער מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר גייען יעצט צו קבלת התורה, מיט די אלע השפעות און קדושה ווי ביי מעמד הר סיני... ויתיצבו בתחתית ההר, זאגט די מדרש מלמד שכפה עליהם הר כגיגית, אם תקבלו את התורה מוטב ואם לאו שם תהא קבורתכם, די ספרים זאגען דער הר איז א רמז צו דעם גרויסען יצר הרע (צדיקים נדמה להם כהר, בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין כנגדה) אויב ח"ו איז מען נישט מקבל דעם עול תורה איז ח"ו דער גרויסער יצר הרע דער גרויסער הר ח"ו שמה תהא קבורתכם, רבותי מיר האלטען שוין זייער נאנט צו די גאולה שלימה ורוח הטומאה יעביר מן הארץ, האט זיך דער שטן יעצט אין דעם לעצטען התגברות אנגעלייגט אויף דעם כלל ישראל מיט אזא גרויסען נסיון אזא גרויסער בארג די טמאנע אינטערנעט וואס איז מלא מינות וכפירה טומאה וזוהמה, מיט דעם אינטערנעט וויל דער שטן צוברעכען דעם "ואבדיל אתכם מן העמים" צוברעכען דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש, אוועק רייסען יודישע קינדער פון די תורה הקדושה ח"ו, דער שטן וויל שמה תהא קבורתכם ח"ו, מיר דארפען לוחם זיין אקעגן דעם דאזיגען לעצטן גרויסן יצר הרע און זיך שטארקן בקבלת התורה... מיר גייען יעצט צו, צו קבלת התורה... אנכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים... בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה... ביי יציאת מצרים שטייט וחמושים עלו בני ישראל רש"י הקדוש ברענגט צו דעם מדרש אחד מחמשה יצאו, וארבע חלקים מתו בשלשת ימי אפילה... נאר 20% יודען האבן זוכה געווען צו יציאת מצרים, און די איבעריגע 80% האבן נישט זוכה געווען צו יציאת מצרים און צו דעם מעמד הר סיני. די רבי זי"ע פלעגט צו זאגען ס'איז טאקע דא א הבטחה פאר כלל ישראל אדער דער יחיד האט נישט קיין הבטחה, ס'פאלט א פחד ווען מ'טראכט אריין אז 80% פון די יודען וואס האבען מיטגעמאכט דעם גאנצען גלות מצרים דעם שיעבוד מיט דעם עבודת הפרך ביז כמעט דעם סוף (שלשת ימי אפילה) און זיי האבן נישט זוכה געווען צו די גאולת מצרים און צו דעם מעמד הר סיני, נאר אחד מחמשה יצאו,
אונז האלט מיר שוין אויך ביים סוף, בקרוב וועט שוין זיין די גאולה שלימה און יעצט שטייט איבער אונז דער גרויסער נסיון דער גרויסער בארג דער אינטערנעט, כלל ישראל האט א הבטחה אבער נישט דער יחיד, און אויב מ'וועט נישט מבאר זיין דעם... שמה תהא... ח"ו...
רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א שטארקייט
עס איז אסור צו האבן א טעלעפאן מיט אינטערנעט, ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט (פאסט נישט) האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, דאס מערסטע וואס א טעלעפאן מעג האבן איז נאר אי-מעיל, ווייניגער איז בעסער, אבער לכל היותר איז נאר אי מעיל.
אין שטוב טאר נישט זיין קיין שום אינטערנעט,
ביי די ארבעט טאר נישט זיין קיין אינטערנעט אן א פילטער,
ווער עס האט אינטערנעט אינדערהיים, אדער ווער עס האט אין ארבעט אן א פילטער, אדער ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, און ער האט נישט די זכי' אז זיינע קינדער זאלן לערנען ביי אונזערע מוסדות.
די רבי שליט"א האט אנגעווינטשען דעם עולם אז מ'זאל זען נחת ביי די קינדער ונהי' אנחנו וצאצאינו... ותזכון די תתבון לעילא דרתא..
מוצאי יו"ט האבן א ריזיגער עולם באגלייט דעם רבין שליט"א מיט פאקלען בתופים ובמחולות כנהוג, און די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען אויף דעם באלקאן און דער עולם האט געזונגען און געטאנצען, נאך עטליכע מינוט האט אבינו שליט"א אנגעוויטשען אויף דעם מייק פאר די טויזענטער יודען אנשים נשים וטף (די נשים אויף די אנדערע זייט גאס אחורי הגדר) האט דער רבי שליט"א איבער געזאגט דעם איסור הנ"ל, און געמאנט דעם עולם זיך מחזק זיין ביי דעם גרויסען נסיון ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך יעצט פאר משיח קומט, הנה זה עומד אחר כותלינו, און דער רבי שליט"א האט מוסיף געווען... מ'האט היינט געזאגט ביים יהי רצון פון ברכת כהנים.. ותתן לנו פרנסתינו "בְּרֶוַח ולא בצומצום בהיתר ולא באיסור בנחת ולא בצער", האט איך געטראכט אזוי, די חכמים האבן אריין געלייגט דעם בהיתר ולא באיסור צווישען בְּרֶוַח ולא בצומצום און בנחת ולא בצער, אז כדי מ'זאל האבן פרנסה בריווח ובנחת דארף די פרנסה אויך זיין בהיתר, אזוי אז א יוד זאל קענען רואיג ערליך דארט ארבעטן און מ'קען רואיג לאזען די קינדער דארט ארבעטן, און אז די פרנסה וועט זיין בהיתר וועט דער אויברשטער העלפן אז מ'וועט האבן פרנסה בריווח ולא בצומצום בנחת ולא בצער, ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כלנו יודעי שמך ולומדי תורתיך לשמה...
די רבי שליט"א האט אויך בתוך הדברים מעורר געווען אז מ'זאל נישט נוצען די פילטערס וואס גוים האבן גימאכט און ס'איז נישט צוגעפאסט פאר יודען, נאר די פילטערס וואס יודען מאכען לטובת יודען זאל מען נוצען.
מ'וועט שטעלן א וועד פון תלמידי חכמים, בעלי בתים וואס פארשטייען דערצו, ארויס צו העלפן דעם ציבור מיט די אלע געברויכען..
די רבי שליט"א האט מסיים געווען אז מ'זאל זיך מיט נעמען די אלע השפעות פון דעם הייליגען יו"ט זאל אינז באגלייטען און יעדער יוד זאל געבענשט ווערען מיט ברכות טובות והשפעות טובות און מיר זאלען זוכה זיין צו גאולה שלימה... ובהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א
דער עולם האט האט ממשיך געווען אויף די גאסען מיט ריקודים שירות ותשבחות, יחי אדונינו מורינו ורבינו, ימים על ימי מלך תוסיף, אשרי העם שככה לו... רבינו שליט"א איז נאך געבליבען עטליכע מינוט אויפן פארטש און זיך צוגעקוקט ווי דער עולם טאנצט... שפעטער ווען רבינו שליט"א איז אריין אין שטוב איז רוב עולם זיך צוגאנגען און ס'איז נאך געבליבען הונדערטער בחורים און יונגעלייט וואס האבן ממשיך געווען מיט די ריקודים אויף די פארשפארטע גאסען.. שפעטער איז רבינו שליט"א צוגעקומען צום פענסטער און באטראכט די בחורים און יונגעלייט טאנצען... און האט זיי אנגעווינשען נאכאמאל... מה נהדר היה המראה