בית פורומים כל העולם כולו

שוידערליך! הרב וואזנער: הגז"ל פורש מן הציבור!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2012 22:21 לינק ישיר 
שוידערליך! הרב וואזנער: הגז"ל פורש מן הציבור!!

מ'האלט איבער א וואך נאכן כינוס. די ערליכע סאטמארע אידן האבן זיך בשעתו געווינדערט ווי אזוי דער הגז"ל ערלויבט זיין ערליכ'ן עולם דארט אהינגיין. זיי האבן זיך געשוואירן אז ער גייט ארויפברענגען דעם כינוס צו א הויעכע לעוועל. אבער די מציאת ווייזט אנדערש.

הגז"ל האט זיך אויפגעשטעלט מלוא ירידתו וגללו דעם יו"ט און האט פאר אקדמות אויסגערופן: מ'מעג יא האבן א קאפיוטער אין שטוב, נאר עס טאר נישט זיין מיט אינטערנעט.

איי הגאון הגדול הרב וואזנער האלט אנדערש? ווער פרעגט אים?
איי הגאון הגדול הרב וואזנער רופט אן אזא איינעם פורש מן הציבור? וועם גייט עס אן?
איי הגאון הגדול הרב וואזנער פסק'נט להלכה אנדערש? וועם גייט עס אן?
איי אלע חסידישע גדולים האלטן אנדערש? ווער פרעגט זיי?
איי אפילו די ליטווישע גדולים (ווי הרב ראזענבלום און הרב קמנצקי) האלטן אנדערש? וועם גייט עס אן?
איי יעדער ווייסט אז מיט א פשוטע יו עס בי קען מען יעדע קאמפיוטער איבערדרייען צום גרעסטן כלי משחית? וועם גייט עס אן?
צו מאכט מען טאקע תקונות פאר סאטמאר שוואכער פון אלע חסידישע קרייזן און אפילו ערליכע ליטווישע קרייזן?
צו איז סאטמאר די זעלבע מדריגה ווי פייוו טאונס?

איין לימוד זכות, די באדווייזער איז אים אריין אין קאפ



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 23:50 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין לצינות. עס איז א ווייטאג אז ער איז מתיר פאר זיינע טויזענטע חסידים א קאמפיוטער אין שטוב. צו דען איז זייער בלוט הפקר? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 23:41 לינק ישיר 

דאס אז ער האט זיך גענימען די מתנגדי סאטמאר און פאראייניגט באדערט נישט קיינעם ער זאל נאר צוריקגעבן די גניבות און גיין מיט די שונאי סאטמאר און אפשר וועט ער אויפטון אויף די הפקרדיגע חברה וואס זענען מיסודם טאקע אנטי הנהגה אבער אפשר אולי דער נייער דור זעהט אז סאיז א חורבן און לאמיר האפן אז ער וועט עפעס אויפטון אויף זיי נאך וואס 30 יאר לעבט מען רח"ל אין א חינוך אז די גאנצע תורה איז בלויז פאליטיק און בלויז א שפיז קעגן ר' אהרן מעג שוין אפשר קומען א סוף צי די השחתה און הלאוואי ער זאל גיין ווייטער דעם וועג פאררעכטן ביי זיך און צוריקגעבן זיינע גניבות מקיים זיין דעם ואלה המשפטים כפשוטו און אלע אנדערע תרי"ג מצות זאלן פריש נתחדש ווערן און מזאל פארגעסן פון די תורה פסולה נגד סאטמאר ווי ביז היינט 
מי יתן והי' 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 23:24 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז מען דארף נישט מישן קיין פולטיק הלוואי זאל אויפטוהען ביי זיין עולם,

נאר איין זאך קאסט א געלעכטער אין די זייט
רבינו שליט"א שרייט שוין אריבער 10 יאר אויף די מכה פון רומפיוטער אינטערנעט וכו'
יעצט איז ער אויפגשטאנען און זיך דערמאנט, 
אויקיי טוב מאוחר מלא כלום,
אבער פון דא ביז זאגן אז רבינו שליט"א קאפירט איהם נאך (זעהט אין זייער פארום)
קאסט באמת א געלעכטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2012 23:20 לינק ישיר 

איך שטום צי אז עס איז א מוראדיגע אחריות אריינצומישן פאליטיק אין די זאכן. דאס אז ביי זיי רייסט מען אראפ רבינו שליט"א שוין 10 יאר צוליב זיינע הייליגע און פייערדיגע דברות קודש וועגן די אינטערנעט, איז נישט קיין תירוץ מיר זאלן זיך אראפלאזן צו זייער שטאפל אין ליצנות.

ב"ה עס הערשט א התעוררות, איבעעראל! די וועלט האט זיך ב"ה אויפגעוועקט!

עס איז טאקע א ווייטאג אז מען נעמט נישט די דרייסט אויסצורוימען די קאמפיוטער'ס פון אידישע הייזער אינגאנצן, אבער וואס מען טוט יא ווערט ברייט באגריסט!

כה לחי! מיר וואונטשן זיי די בעסטע רעזולטאטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2012 23:08 לינק ישיר 

איז טאקע א הללמ"ס אז מ'מוז אין יעדע זאך אריינקוועטשן פאליטיק?

ממילא לגבי די אסיפה איז געווען א מיינונגספארשידנהייט, אבער דאס איז דאך שוין די פאריעריגע שניי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:39 לינק ישיר 

הייבט נישט אן ביי ב פאר א.
הייב אן מיט קאמפיוטער אין שטוב, אינטערנעט אין ארבעט, און דאן טעלעפאונס.
אזוי טוהן אלע רבנים
און הלואי זאל זיך עס אים איינגעבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2012 22:35 לינק ישיר 

איך וואלט נישט גענומען די אחריות חוזק צו מאכן יעצט, ב"ה דער איד האט זיך אויפגעוועקט, אין טוט פעולות לטובה מבטל צו זיין די שעדליכע קליפה, ער האט גענומען שארפע שריט, אין אפילו גע'אסרט אינטערנעט אויפן פאון, אין איך גלייב אז ער וועט נאך אסר'ן קאמפיוטערס אינדערהיים אויך, כלל ישראל שטייט יעצט אין גאר א קריטישע צייט, אין עס איז לכאורה נישט די צייט יעצט אראפצורייסן רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידערליך! הרב וואזנער: הגז"ל פורש מן הציבור!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext