|
|
| נשלח ב-30/5/2012 20:08 |
|
| |
ר' מאטעלע האקט אויף שאפראנער רב
עס האט איינער איבערגעזאגט פארן רבי שליט"א פון מאנסי, אז שאפאנער רב האט געזאגט, "דער רבי וואלט נישט געשיקט צו דעם כינוס". האט די רבי דערויף געזאגט, "אז איך בין געווען א סך ביים סאטמער'ע רב זצ"ל – און איך זאג ער וואלט געשיקט". האט די רבי צוגעלייגט, אז מ'רעדט שוין יא פונעם סאטמאר'ען רבי'ן, דערמאן איך זיך א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט פון אים, - אמאל ווען די גאר פרומע האבן געהאט אויף אים עפעס א געוויסע טענה, האט זיך די רבי געשטעלט, אז עס ווייסט יעדער די מדרש, ווען אלי' הנביא האט אויסגעקליבן צוויי פרים איינס פאר זיך, און איינס פארן ע"ז הבעל, האט די פר פונעם בעל, נישט געוואלט גיין, הלמאי – שטעלט זיך די סאטמאר רב ז"ל – מ'האט דאך שוין גע'שחט'ן טויזענטער קרבנות פארן בעל, און קיינמאל געפונט מען נישט אז איינס פון די פרים זאלן האבן געשטעלט א ווידער-שטאנד, איז וואס פונקט יעצט האט די פר זיך אקעגן געשטעלט? נאר וואס דען – האט דער סאטמאר רב ז"ל אויסגעפירט – ווען עס מ'האנדעלט אן ענין ווי עס גייט ארויס קומען כבוד שמים, דאן האט שוין דער "פר" א קנאית'דיגן חשבון פארוואס נישט מיט צו גיין! עד כאן תוכן דברות קודש מכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א!!!
א פלא ר' מאטעלע האט פארגעסן די תורה ווען מען האט געהאקט אויף די אגודה אין ער איז ארויס געלאפן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 20:55 |
|
| |
א פראגע אויב ס'איז געווארן א ווינט?? א פראגע אויב די כינוס איז געווען א וויכטיגע זאך?? דאס איז זאכן וואס קיינער לייקענט נישט! די מדובר דא איז אויב סאטמאר האט דארט געהאט וואס צו זוכן, אפגעזען ווי וויכטיג אדער ווי ווינטיג עס איז.. די אגודה אינדערהיים איז נאך געווען עני טיים אזוי וויכטיג אין אזוי ווינטיג ווי דער יעצטיגער כינוס, דאך האבן רבותינו הקדושים עס געזען פאר א סכנה!! אין אזויווי ס'איז געווען ביי אבותינו בימים ההם, איז אויך ביי אינז בזמן הזה! דאס איז אינזער מסורה, ומינה לא תזיע!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 02:58 |
|
| |
און בכלל איז דער כינוס (טאקע לש"ש אבער נישט פאר אונז ווי שוין ערווענט) געבליבן די בלויז וווינט וואס איז פאר דעם געווען פיל פיל מער ווי ביים מעמד ארבעים אלפים בצפוי של ווידיא ברבים און די התעוררת אויף למעשה איז אויך נישט געווען ביים מעמד נאר נאכדעם יעדער ביי זיך טא אויב אזוי וואס האבן אידן וואס רופן זיך סאטמאר געדארפט אזוי וויכטיג גיין אויב די ווינט אויף למעשה האט דאך מילא נישט מיטן כינוס זעלבסט נאר פונעם מצב ארום וואס איז שוין געווען דעם געשפרעך פון טאג לאנגע וואכן
נאכאמאל יעצט טוען אסאך למעשה איז חזק ואמץ אדרבה מיש אריבער דעם בלעטל פון דעם כינוס זעלבסט גיי צו למעשה וועסטו נישט דארפן פארענטפערן די בזיונית און וועסט קענען פייערן זיג אויב מוועט אי"ה מצליח זיין אין אלע קהילות צו מאכן פעסטע תקנות אין די פיסטריט פון סאטמאר וואס וועט יעצט האבן א גרינגער פעלד מיט שוואכערע אינגעלייט וועלכע זענען שוין פארשטענדליך אינעם ענין זעענדיג די ווארימקייט אין די פרעמדע גאס
תוקן על ידי גרוינים ב- 31/05/2012 03:00:53
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 02:38 |
|
| |
ר גרוינם טייערע, דו האסט א גרויסע טעות!
די ווינט וואס די כנס האט געמאכט איז אין לשער, איך בין מסופק צו עס בכלל דא ווער עס קען צוזאמנעמען די נומערס פון אידן וואס האבן ארויפגעשטעלט א פילטער, אדער גענצליך בלאקירט דעם אינטרנט פון זייערע קאמפיוטערס און טלפונס...
צו האדמו"ר ר' אהרן האט געדארפט גיין צו נישט איז מיר בכלל נישט אינטערעסאנט...
וואס איז זיכער איז אז אפילו ביי זיין קהילה, און טראצדעם וואס דער בלאט האט כמעט אונטער יעדע בילד געהאט א שטאך-ווארט אדער א וויץ, איז די התעוררות זייער גרויס - סך גרעסער ווי ס'איז געווען פאר די כנס!
טאקע דאס איז געווען די ציל פון די כנס - מען זאָל זיין אויפמערקזאם אויף די סכנות פון טעכנאָלאָגיע!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2012 23:27 |
|
| |
און אז הודערט טויזנט אידן זענען מסיים סיום הש"ס איז נישט כבוד שמים? קיינעם דארף מען נישט מסביר זיין צו דער רבי וואלט געלאזט גיין און אפגערעט אז ער זאל ווען האבן געלאזט טרעטן אויפן פסק פון זיינע זיידעס איבער דרשות התעוררת בשפת העמים וואס שרייבן עד סוף כל הדורות איז כל הפורש כפורש מן החיים און בכלל איז דער כינוס (טאקע לש"ש אבער נישט פאר אונז ווי שוין ערווענט) געבליבן די בלויז וווינט וואס איז פאר דעם געווען פיל פיל מער ווי ביים מעמד ארבעים אלפים בצפוי של ווידיא ברבים טא איז נאך דא בכלל איינער וואס האלט אז מהאט געדארפט צוברעכן אלע גדרים וסייגים על לא דבר ממש? איך ווייס נישט צו אייינער רעדט נאך בכלל דערפון אבער פשוט ווי דער טאג איז עס נאך
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2012 21:55 |
|
| |
איך האב מברר געווען ביי די גבאים פון ויזניצער רבי שליט"א ולא אמר את זה כלל וכלל!
די מימרא קומט פון ר' אברהם מייזלס פון מאנטריאל און ער האט דאס געזאגט אויף ר' אהרן טייטלבוים מסאטמאר קרית יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2012 20:36 |
|
| |
זאל נאר דער הייליגער באשעפער העלפן אז זיי זאלן ביידע האבן א מעכטיגן ניצחון!
נאך אזא הייליגער יו''ט בצל הקודש, און נאכן זען דאס התחברות לציונים ביים כינוס, זענען דא זייער ווייניג מענטשען וואס זענען פאראינטערסירט אונזער אלטער גוטער פריינד פון מאנסי האט צו זאגן,
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|