| נשלח ב-31/5/2012 19:57 |
|
| |
ר' לייבעלע פאשקעס און ר' פייוויש אשכנזי
אין בלאט , ציבור, זייט 45 איז דא א ציטאט
פון ענגלישן ''משפחה'' מאגאזין פון ערב שבועות ,
איבער מהרז'ל'ס אפנויג פון די מסורה בשייכות מיט'ן שיקן זיינע אנהענגער צו הערן ענגלישע דרשות.
ווערט דארט דערמאנט אין ''MISPACHA'',
אן אויסדרוק ''נאנטע חסידים'' [ א שטייגער ווי ר' לייבעלע פאשקעס ע''ה פון סאטמאר]
אויך ווערט דערמאנט אן אויסדרוק ''גבאי'' [ א שטייגער ווי ר' פייוויש אשכנזי ז''ל ]
תמצית פון ''MISHPACHA'' איז ווי פאלגענד:
מהרז''ל'ס ''נאנטע חסידים'' [ ר' לייבעלע פאשקעס ] האבן סעלפאנס מיט אומגעפילטערטע אונטערנעט
מהרז''ל'ס ''גבאי'' [ ר' פייוויש אשכנזי ] קען זיך אויס מיט א בלעקבערי,
און איז דער עקספערט צי קענען באשטעטיגען אויב א בלעקבערי האט אינטערנעט צי נישט.
דרך אגב , האט דער ''בלאט'' קלארע בילדער אין ''ציבור'' זייטן 34 און 35 ,
ווי מ'זעהט , מהרז''ל פון וויליאמסבורג, ר' חיים יושע הא''ש פון מאנסי,
ר' הלל וויינבערגער פון מאנט קיסקא און נאך אנדערע משתתפים ביים כינוס,
מיט פארקלאצטע אויגען אויף די ''ווידעא סקרינס'' ארומגענומען מיט
אדווערטייזמענטס פון '' לעטס גאו מעטס'', '' גרעב א באדווייזער'', 'פאקס ניוס' און נאך
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 31/05/2012 19:58:46
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 31/05/2012 19:59:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2012 21:42 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | שרייבן דא פארשניאשקעטע און אנגעזאפענע ברואים?
|
|
אט אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2012 21:28 |
|
| |
באדייט אפשר פינעף בארא , אז מען האט 5 מאל געמאכט א בארא פרי הגפן?
שרייבן דא פארשניאשקעטע און אנגעזאפענע ברואים?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2012 18:33 |
|
| |
פאליציי האלטן אינמיטן אויפברעכן א ערנסטע דראג רינג!
זיי האלטן ביים געפינען די וואוינארט פון איינעם וואס איז פעסט-באשטעטיגט צו זיין ערנסט אויף דראגס, און פון אים וועלן זיי ווארשיינליך ארויסבאקומען נוצליכע אינפארמאציע.
רבי יונה, וואטש אויט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2012 03:31 |
|
| |
אוודאי דארף מען דאס פארמאכן , און שוין , וכן דעת קדשו של מהרז''ל מוויליאמסבורג, דעת קדשו של מהרח''י הא''ש ממאנסי ודעת קדשו של מהר''ה וויינבערגער ממאונט קיסקא, און אנדערע מכשילי הרבים, חוטאים ומחטיאים
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 23:07 |
|
| |
דארף מען דען נישט פארמאכען דעם פארום?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 22:37 |
|
| |
טאטלע שווייג
ר' יונה, ברענג נאך גוטע סחורה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 21:20 |
|
| |
באקומען אין אישי.
מ'זעט דא ווי די רבנים קוקן מיט אפעטיט אויף די ריזיגע סקרינס.

|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 21:08 |
|
| |
טאטעלע, אויב דו קענסט עס נישט פארנעמען, איז דיין פלאץ בקרב הזאלמונים.
האט מען געטרעטן ביים כינוס אויף די הייליגע יסודות פון זיך דערווייטערן פון ענגלישע דרשות און ווידעא סקרינס?
אויב יא, דארף מען דאס חזר'ן מאה ואחד פעמים אז מיט איסורים באקעמפפט מען נישט אפילו א גרויסע פירצה.
ווער עס פארשטייט , פארשטייט. און ווער עס פארשטייט נישט , פארשטייט נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2012 21:00 |
|
| |
STOP שוין פאר א גיט יאר
|
|
|
|
|