הגה"צ אב"ד טאהש שליט"א פארופן אסיפה בנוגע די אינטערנעט.
די נאכט זונטאג פר' בהעלותך 5:00 אזייגער איז פארגעקומען א אסיפה אין בית המדרש הגדול פארופן דורך די רב שליט"א מיט די בית הוראה און די הנהלת הקהילה והמוסדות וועגן די התעוררות וואס טוט זיך יעצט אפ אין די גאנצע וועלט וועגן די אינטערנעט דורך צו שמועסן וואס צו טוהן אין שטעטל וועגן די פראבלעם און וואס עס ליגט אויף די מנהלים אויף צו פאדערן פון די עלטערען. פרטים יבואו.
דעס איז נאך די דרשה וואס די רב האט געהאלטן יום א' דשבועות אין בית המדרש הגדול פאר די אקדמות אז עס איז אסור ע"פ תקנות הרבנים צו האבן אנדערהיים א קאמפיוטער און ווער עס דארף עס האבן אין די ביזנעס אדער אויפן טעלפאון דארף גיין צו א מורה הוראה זיך דורכרעדן בפרטיות.
|