וואס גייט פאר מיט אייזנער איז טאקע הותר דמו?
פאלגענג האב איך באקומען אין אישי אבער נישט וויסענדיג ווער עס איז גערעכט מצד הלכה ווי יעדער ברענגט בתי דינים אויף זיין זייט צו יא מסור צי נישט מסור דעריבער וויל איך נישט נעמען קיין שטעלונג אבער ליינענדיג די שורות האב איך געשפירט אז נאר כדי צו ווייזן ווער די זאליס נועם המידות חברה זענען און ווי ווייט סליגט א חוב אפצושטעלן די טאליבאנער סיקריקים דוויליאמסבורג ודבארא פארק מיט מעשים וואס א נידריגע גוי וואלט אויך נישט געטאן דעריבער לייג איך ארויף דעם בריוו פון אישי:
בעזהשי"ת
זייענדיג א בארא פארקער איינוואוינער שוין די לעצטע אריבער דרייסיג יאר, קען איך זיך נישט צוריקהאלטן פון שרייבן די פאלגענדע שורות נאכדעם וואו תושבי בארא פארק האבן מיטגעהאלטן פארגאנגענעם וואך פר' נשא א הימלגעשרייענדע עוולה וואס איז געווען א צוגעלייגטע שריט אינעם לאנג פארצויגענעם שמוץ קאמפיין דורך אויסגערופענע אנשי בליעל וואס ניצן פארשידענע טאקטיקן אקעגן ווער עס שטעלט זיך נישט צו צי זייערע פארלאנגען, און אין די לעצטע תקופה האבן זיי זיך גענומען מיט א העץ קאמפיין אקעגן איינע פון די חשובי תושבי העיר הרבני החסיד המפורסם לשבח, ת"ח ומוקיר רבנן מוה"ר יחזקאל א. שליט"א וועלכער ווערט באשמיצט ברחובות העיר אלץ א מסור והולך בערכאות ח"ו, בלויז צוליבן זינד פון נישט שפאנען אין זייער ריכטונג, ולמעשה וואס תושבי ב"פ האבן מיטגעלעבט די לעצטע וואך דאס האט מיר געמאכט זיך אראפזעצן שרייבן די ווערטער, אנגעהויבן פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האט הרב יחזקאל א. שליט"א זוכה געווען צו פירן אונטער די חופה בתו הכלה החשובה שתחי', זענען געגאנגען די קליקע אין פרובירט צו צושטערן דעם יום החופה מיט רשעות'דיגע טאקטיקן, איך זייענדיג א ידיד מיטן מחותן דער אבי החתן, בין געווען דארט ביים מעמד החופה, און בעת ווען עס הערשט א געהויבענער אטמאספערע ביי די חתן וכלה, משפחה ושושבינין און אלע קרובים, זענען מיר אלע אויפגעטרייסלט געווארן ווען עס האבן זיך באוויזן דארט אויפן גאס זיבן שווארצע כוליגאנעס, געדינגענע פון די כת, און אויסגעטיילט פאר די משתתפים פאשקעווילן און אנדערע ליטעראטור אקעגן דעם אבי הכלה, ולמעשה האבן די באטייליגטע וואס האבן זיך די ערשטע באגעגענט מיט די כוליגאנעס, אוועקגענומען די שמוץ בלעטלעך און זיי פארטריבן כדבעי, איך בין אויפגעשוידערט געווארן ווען שפעטער האב איך געהערט פון די משפחה וואס הרב יחזקאל שליט"א איז אלץ אדורך דורכ'ן טאג ביום שמחת לבו וואו די יעניגע האבן מיט אלע מיטלען פרובירט אים צוצושטערן די שמחה, מיינענדיג אז די פרעכע כת האט זיך צופרידן געשטעלט דערמיט, האט זיך ליידער איבערצייגט אז נישט, ווען למחרתו ערב שב"ק זענען די בארא פארקער גאסן איבערגעפולט געווארן מיט גרויסע שמוץ בלעטלעך אראפלייגענדיג הרב יחזקאל א. אלץ איינעם פון די נידריגע סארט ח"ו, אידן תושבי העיר וואס קענען אפי' נישט ר' יחזקאל האבן אראפגעריסן און צוזאמגענומען די פאשקעווילן וויסנדיג פון וועלכער כת עס שטאמט וואס די תורה איז ביי זיי ליידער פלעקסיבל, וואו זייער מיינונג איז, מי"ר מעגן גיין בערכאות של עכו"ם, מי"ר מעגן אריינגעבן נאכאנאנדיגע מסירות אקעגן אומשולדיגע תושבי העיר וכדו', אבער יעדער זאל שטיל זיין און לאזן די כת טוען נגד התורה ח"ו, ליידער זענען זיי נאכנישט אנגעזעטיגט געווארן און בעצם יום השבת קודש זענען די גאסן ווידער פארשמיצט געווארן, צולייגענדיג א פרעכער חילול שב"ק אויף זייער קאנטע, און דעם פאלגענדעם זונטאג הער איך גאר אין ביהמ"ד פון א קראנטער מקור אז בעת וואס די חברה זענען געווען פארנומען צו פארשמיצן די ב"פ גאסן האבן "זיי" גאר אריינגעגעבן א מסירה אינעם בילדונג דעפארטמענט אקעגן ר' יחזקאל שליט"א.
אלץ א תושב ב"פ וואס וויל ריינע גאסן פון ליידער אידישע שמוץ און קען נישט פארנעמען וואו מען טערארעזירט אומשולדיגע תושבי העיר, וואלט איך זייער געהאפט אז די ריכטיגע עסקנים וועלן זיך אריינלייגן און שטעלן די אינשי דלא מעלי אינעם ריכטיגן פלאץ וילמדו תועים בינה בעז"ה.
 |
|
|