אינעם אמעריקאנער ''המודיע'' פון ער''ש בהעלותך ח''י סיון אויף עמוד 3 איז דא א נייעס מיט'ן פאלגענדען קעפל:
מרן פוסק הדור בעל ''שבט הלוי'' בפסק הלכה:
''סופר סת''ם ושוחט שמחזיקים באינטרנט לא חסום - כתיבתם ושחיטתם פסולה''
------------------------------------------------------------------------------------------------
מבית מרן בעל ''שבט הלוי'' שליט''א נמסרה למערכת הכחשה חריפה לשמועות
שמפיצים גורמים אינטרסנטיים כאילו הוריד מחומרת דבריו ומההוראות שנתן בדרשתו לכינוס הרבבות באמריקה
קען איינער מסביר זיין, וואס דא גייט פאר?.
ווער האט אינטערעסע מסלף צו זיין דעם דעת תורה פון בעל שבט הלוי שליט''א?
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/06/2012 17:01:18
נשלח ב-12/6/2012 23:02
שמועה שמעתי, אז מען האט געהאט פארשפראכן פאר הגאון האדיר הרב וואוזנער שליט''א אז אויפ'ן ''החלטת הכינוס'' פלאקאט וועלן אויך זיין אונטערגעשריבן צענדליגער אמעריקאנער אדמורי''ם , רבנים, און ראשי ישיבות, און דערפאר האט ער מסכים געווען ארויפצולייגען זיין חתימה און צוגעשריבן '' בצירוף דעת רבנים וגדולים''.
למעשה האט מען אים אויסגעשפילט, און ערב שבועות האט ער געהערט אז בלויז זיין חתימה געפינט זיך אויפ'ן ''החלטת הכינוס'', און דאס האט אים שטארק אויפגעקאכט אז מען האט מסלף געווען זיין פסק הלכה, געזאגט במעמד רבבות אלפי ישראל
נשלח ב-12/6/2012 22:15
וואס דארף מען מער ווי דער אינטערוויא אויף קול מבשר 114 תיכף נאכן כינוס מיט איינע פון די הויפט עסקנים וואו ער איז דארט מסביר אז דער שבט הלוי האט גערעט שארפער ווי מהאט ערווארטעט און דערנאך פארווישט ער דאס זאגענדיג און דער שבט הלוי האט געזאגט ביים כינוס אז מדארף פילטערס פילטערס פילטערס ותו לא ממש א היפאקריט
נשלח ב-12/6/2012 16:22
ר' אדםאמיתי , דיין אטאקע אויף מרת ליכטענשטיין איז נישט ריכטיג.
די זעלביגע נייעס מיט הרב וואוזנער'ס הכחשה איז אויך געווען באריכטעט אין ארץ ישראל'דיגע ''המודיע'' און ''המבשר'' ערש''ק נשא
עפ''י שנים עדים יקום דבר.
נשלח ב-11/6/2012 23:00
בחור'ל, קאמפיינען פאר פילטער'ס מיינט נישט א קאמפיין צו "האבן די זכיה", און אויך נישט "כשר'ן כלים טמאים על טהרת הקודש".
פארשטאנען?
איחוד הקהילות מוז אהערשטעלן אז די קאמפיוטער תקנה איז א "חומרא", און דאס איז א פראבלעם. ותו לא. לייג נישט צו קיין נארישע געביידעס מיט קונטרסים מיט טהרת הקודש.
מען מעג אויסוואקסן די קינדישקייט פון אטאקירן יעדע זאך אן א טראפ וויסן וואס דאס איז בכלל.
ודי בזה (האפנטליך).
נשלח ב-11/6/2012 22:54
איך דעהייב עס אויך נישט אבער כך הוה מעשה פרעג דיך בעסער נאך ביטע
נשלח ב-11/6/2012 22:52
גרוינים כתב:
און האט אויך צוריקגעהאלטן די 60 אלפיןם קומטרסים וואס האט געדארפט פארטיילט ווערן פאר אלע אינגעלייט און בחורים וויאזוי מקעןם האבן די זכי' צו ניצן אלע כלים טמאים על טהרות הקודש אינדערהיים און אין טאש
בבקשת מחילה, איך דערהייב נישט אזאנע נארישע ווערטער.
נשלח ב-11/6/2012 22:40
בדרך אגב איז אינטערסאנט צו וויסן אז דער פוסק הדור האט אריינגערופן בעפאר די דרשה הגה"צ ר' חיים הערש מייזליש ר"י מהרי"ט און אים געבעטן די דרשה פון סאטמאר רב כ"ו ניסן תשע"ב און זעענדיג ווי די עסקנים מוטשענען אים ער זאל נישט רעדן ביים כינוס פון איסור אויף קאמפיוטער אינדערהיים נאר צי כשרן קאמפיוטערס מיט פילטערס פארן כלל ישראל האט דער שבט הלוי געבעטן די דרשה פון סאטמאר רבין וואס ער האט געהערט כדאי צו זעהן צו די עסקנים זענען טאקע גערעכט אז יעדער רב אין אמעריקא איז מתיר קאמפיוטער אינדעהיים און נאכן הערן דעם דעת פון סאטמאר רבין און דעם מציאות הענינים האט ער באשלאסן צו רעדן דווקא אין די פארטאגס שעות לייוו און האט געזאגט וואס ער האט געהאלטן אלס פוסק הדור אז דעתינו דעת תורה אז מטאר קיין קאמפיוטערס נישט האבן אינדערהיים אפילו מיט א פילטער און דאס האט ווי באקאנט טאקע צוריקגעהאלטן די החלטת ביים כינוס און האט אויך צוריקגעהאלטן די 60 אלפים קונטרסים וואס האט געדארפט פארטיילט ווערן פאר אלע אינגעלייט און בחורים וויאזוי מקען האבן די זכי' צו ניצן אלע כלים טמאים על טהרות הקודש אינדערהיים און אין טאש ממילא האט דער שבט הלוי עטוואס געראטעוועט דעם מצב בזכות פון סאטמאר רבי'ס דרשה כ"ו ניסן העעל"ט
תוקן על ידי גרוינים ב- 11/06/2012 22:53:13
נשלח ב-11/6/2012 19:44
מאך נישט קיין איבערקערעניש.. עס רעדט זיך נישט ממש פון "סילופים", נאר פון "חכם עדיף מנביא".
דער שבט הלוי שליט"א האט געזאגט ביים כינוס אז "דעתינו דעת תורה" איז אז מען זאל בכלל נישט אריינלאזן אינטערנעט אין שטוב, אפילו געפילטערט.
נאכן כינוס, ווען מענטשן האבן געפרעגט נאכאנאנד "נו? הלכה למעשה?", יעדער האט געווארט אויף רעזעלוציעס.
למעשה האבן זיי געהאט א פראבלעם, ווייל דער פסק פון שבט הלוי איז נישט מעגליך אויפצוברענגען אין די ברייטע מאדערענע/ישיבה'ישע גאס, וואו א קאמפיוטער אין שטוב מיט אינטערנעט איז א דבר נפוץ ממש אויף א נאטורליכע פארנעם ווי א שטיקל פיוניטשער.
האבן זיי זיך איינגעבעטן ביים שבט הלוי אז ער זאל חתמנ'ען אויף א "החלטת הכינוס", וואו מען וועט שרייבן בנוגע אינטערנעט אינדערהיים "יש למנוע". עס איז א גוטע זאך זיך מונע צו זיין...
למעשה, מען קען נישט זאגן אז זיי זענען נישט גערעכט. זיי זענען גערעכט! אבער סאטמאר רבי איז שוין הערשט גערעכט!...
זיי זענען גערעכט אז פאר די ברייטע גאס קען מען נישט גיבן אזא פסק, אבער דער פראבלעם איז, אז צוליב דעם איז דער גאנצער פסק הלכה פונעם שבט הלוי וואס וואלט געברויכט ווערן א סעיף שו"ע ביי אלע "היימישע אידן" ליידער פארוואסערט געווארן און פארשטעקט געווארן אונטער די דאכענע פון "איחוד הקהילות".
אויף קול מבשר האבן זיי געמאכט א מעלדונג א טאג נאכן ערשיינונג פון די "החלטת הכינוס", אז דאס ווערט אריינגענומען אין אלע שטובער ווי דער שו"ע פונעם דור, און בנוסף צו דעם מאכן פארשידענע קהילות "אייגענע חומרות והידורים" מיט צוגעלייגטע שטרענגע תקנות.
נאכאמאל: חומרות והידורים.
פארשטייט איר אצינד פארוואס סאטמארע רבי שליט"א האט געשריגן אז א כינוס פאר אלע סארט אידן איז יצא שכרו בהפסידו?!
אילו זכינו, וואלט מען געמאכט א כינוס פאר אלע "היימישע" אידן אינאיינעם, און דער פסק הלכה פון הרב וואזנער וואלט געקלינגען און געשטורעמט, און טויזנטער אידישע שטובער וואלטן געווארן אויסגערייניגט פון דעם שעדליכן מאנסטער.
ועכשיו שלא זכינו, לאמיר האפן אז ווי מער קהילות זאלן אליינס האבן שכל און נאכגיין אין די פוסטריט פון סאטמאר.
נשלח ב-11/6/2012 18:21
רבי יונה FYI דער אמעריקאנער המודיע באלאנגט צו א אידענע, א טאכטער פון הר"ר יחזקא' בעסער ע"ה וואס איז געווען דער שליסעל פון די אמעריקאנער אגודה.
עס איז איר פריוואט פארמעגען און זי פירט זיך מיט דעם כאדם העושה בשלו........נישט מיט די ביזנעס חלק נאר מיט די נייעס!
אויב געפעלט איר נישט א מעשה באקומט די מעשה א נייע צורה און ווערט פריש געבאקען אין המודיע!
דער המודיע איז א בעקעריי וואס אויף דעם געבעקטס מאכט מען די ברכה, ברוך משנה הבריות!
איף יו דאנט לייק איט, גא פליי עי קייט!
אין ווערטער בוך פון המודיע איז נישטא דאס ווארט "אמת"!