Ex.220 updated. - Includes: Ali Yshai (Shas) at ceremony: Chareidim are ready for Militer! (R"L) /Plans for Maruche to shake up EY /Vaad LiMnias Chilil Kevurim working now to help Mashgiach from Asre Kedishe 2visit graves as before. All details: 2124449899 Ex.220
עס האט אבער נישט קיין שייכות מיט די ועד, טראץ וואס די קראנטע זרעלי וועבסייט'ס האבן אים א שיינעם טאג ממנה געווען אלס יו"ר הועד... (דאס איז עפעס וואס דו וועסט לכאורה נאר טרעפן אויף די וועבסייט'ס, קיינמאל נישט אין די פאפירענע צייטונגען, וועלכע זענען עטוואס מער בא'קאנט מיט מציאות).
תוקן על ידי FiveBoro ב- 13/06/2012 19:02:58
נשלח ב-13/6/2012 17:44
יאקטער פארטרעט אפיציעל/אומאפיציעל די וועד למניעת?
נשלח ב-12/6/2012 05:42
אז דער שמידל קען אריין גיין אין כנסת המינים רח"ל פארוואס זאל ער נישט רעדן אויף די טעלעוויזע בעצם היום השבת קודש
ישראל כשהן יורדים
נשלח ב-11/6/2012 22:32
אה יעצט הער איך אביסל וואס דא גייט פאר. נעכטן האט די בני יואלע האטליין געהאט א אויסברוך קעגן די ועד אז זיי קעדן אויף די טעלעוויזיע, גיי זאג זיי אז הרב שמידל רעדט אויך אויף די טעלעוויזיע. סך הכל האט די טעלעוויזיע גענומען סטעיטמענטס פון דעם און פון יענעם, און זיי האבן עס ארויפגעלךייגט ווען זיי האבן געוואלט.
איך האב אויך הנאה וואס דו זאגסט אז די ועד האט מודיע געווען אז קיינער קען נישט רעדן אין זייער נאמען, ווייל יאקטער איז נישט דער גלגסטער לויט ווי עס זעהט אויס און ער רעדט זיך דא אלס צו בחדרי חרדים און ככר השבת ווי כאילו ער איז די ועדץ
תוקן על ידי גרוינים ב- 11/06/2012 22:48:37
נשלח ב-11/6/2012 20:24
בדרך אגב, איז ארויסגעגעבן געווארן א מודעה פון די ועד למניעת חילול קברים באה"ק, אז היות געוויסע יחידים רעדן צו רעפארטער און צו די מידיע אין נאמען פונעם ועד, טוען זיי קלארשטעלן אז זיי האבן קיינעם נישט געגעבן די רעכט צו רעדן אין זייער נאמען בכלל, און אוודאי נישט אויף פלעצער וואס איז אין רוח חכמים נוחה הימנו. (דאס רעכנט אריין אויך די א"ג חרדישע וועבסייט'ס).