הצלת לאפעז - א' קרח אין ראדני
פון הינטער די קוליסן ווערט מען געוואויר אז שולדיג אין די גאנצע סומאטאכע פון די הצלת לאפעז (בלשון ס"ג אינטערנעט, פילטער קאמפיין), איז שולדיג לאפעז אליין.
לאפעז האט געזאגט אז עס פעלט נישט אויס צו פארן ביז די PIER 12 איבער די הצלת לאפעז קאמפיין, ווייל די אידן פון קרית יואל און די 8'טע און 9'טע קלאס מיידלעך קענען ממילא נישט וואוטן, ע"כ איז א שאד די גאנצע משוגעת, ווייל מ'דארף נאר האבן די שטימ-בארעכטיגע מענטשן, און צו זיי דארף מען אפעלירן.
אנגעבליך האט זיך לאפעז געאייסערט אז מ'דארף נאר קאנצענטרירן בלויז אויף די שטימען פון וויליאמסבורג, און האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון ארויסברענגען די שטימעס פון אנדערע קהילות נישט נאר די זאלי פארטיי.
די הצלת לאפעז קאמפיין אנשטפרעכט צו אקאמאדירן קנאפע 20 טויזענט מענטשן אין ראדני, ווייל מ'גייט אויך זיצן אין אלע זייטיגע שטיבלעך, ווי די קאווע שטיבל, יעקב הערש ווייס'ס קאך, זלמן לייב פעלדמאנ'ס שטיבל און נאך.
|
|