בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א אין קאנאדא! (מהר"א)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2012 20:56 לינק ישיר 
כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א אין קאנאדא! (מהר"א)

אין די מינוטן איז האדמו"ר מ'סאטמאר אנגעקומען קיין קרית טאהש ווי ער איז געגאנגען באזוכן הרה"ק מטאהש שליט"א ובניו, דערנאך וועט מען צו פארן צום שטאט מאנטריאל, ווי עס עס פארקומען א הכנסות ספר תורה לע''נ בעל ברך משה זי"ע, דערנאך וועט פארקומען א מעמד כינוס היסוד אין א רייכע זאל נעבען מאנטריאל, ווי עס וועט אראפגעשטעלט ווערן די יסוד פונעם אויפבוי פון נייעם סאטמערע ביהמ"ד אין מאנטריאל!

דער רבי וועט זיך אויפהאלטן דארט אויף א פאר טאג, דערנאך וועט דער רבי ארויספליען מיטן פריוואטן פליגער קיין אריזאנע צום ווייץ שניט פאר כלל ישראל אויפן קומענדיגע יאר תשע"ג.   



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/06/2012 21:36:01




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2012 20:19 לינק ישיר 

http://www.jdn.co.il/news/86151



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2012 17:54 לינק ישיר 

איז כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אריינגעגאנען אין ביהמ"ד אויף האטשיסען??
כפי ידיעתי באלאנגט דאך עס פאר די זאלונים!! נישט אזוי??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2012 04:57 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי

כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א ולרפו"ש

בביתו נאוה קודש אין קרית טאהש

היינט - זונטאג

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2012 01:56 לינק ישיר 

ביקור קודש אין מאנטריאל

ערשטן טאג – יום א' פ' קרח

היינט – זונטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית גאנץ פריה בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר מנלי' שעהר הי"ו פון וויליאמסבורג, און הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר יצחק שטויבער הי"ו פון קרית יואל. פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שלמה אהרן סופר הי"ו פון קרית יואל.

 •

 

ארום 9:45 האט זיך דער פריוואטער פליגער וואס האט געפירט מרן רבינו שליט"א אויף קאנאדע געהויבן בשטומ"צ פון סטוארט לופט-פעלד, און דער פליגער האט בעזהשי"ת געלאנדעט אין די פריוואטער "סקיי סערוויס" אפטיילונג אינע'ם דערוואל לופט-פעלד.

 

אנקומענדיג אין לופט פעלד האבן שוין אפגעווארט אן ענגער צאהל חשובי אנ"ש וועלכע האבן שלום גענומען פון רבי'ן שליט"א און תיכף פון דארט איז דער רבי שליט"א געפאהרן אויף קרית טאהש ווי דער רבי שליט"א האט אפגעשטאהט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א ולרפו"ש.

 

ביי דעם באזוך איז אויך אנוועזענד געווען בנו הגה"צ אב"ד טאהש שליט"א, הגה"צ ראש הכולל ד'קרית טאהש שליט"א חדב"ן האדמו"ר מ'טאהש שליט"א, און הגה"צ ר' יואל צבי מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ ד'קרית טאהש, ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן גאהר א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים און איבער די שטעטלעך אינדערהיים.

 

נאך א לענגערע שמועס האט דער טאהש'ער רבי שליט"א פארטיילט פירות און דאן האט מען זיך ווארעם געוואונטשן און דער טאהש'ער רבי שליט"א ארויסבאגלייט מרן רבינו שליט"א ביז צו די טיר.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געפאהרן אויף מאנטריאל ווי דער רבי שליט"א האט צוערשט באזוכט ביי גיסו הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א ווי דער רבי שליט"א איז געווען פארשפארט פאר א לענגערע צייט, און דאן האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני החסיד מוה"ר ברוך אברהם פערלמוטער הי"ו.

 

אין די אכסניא זענען געקומען די משפחת ראפאפורט החשובה מיט'ן ספר תורה וואס ווערט דורך זיי היינט אריינגעגעבן צום ביהמ"ד דקהל יטב לב אויף די האטשיסאן גאס, ווי דער רבי שליט"א האט גומר געווען דעם ספר תורה און דערנאך האט מען געטרינקען לחיים.

 

אצינד אין די נאכמיטאג שעה'ן באזוכט דער רבי שליט"א ביי די רבני העיר שליט"א.

 

די ווייטעריגע באריכטן וועלן אי"ה נאכפאלגן.

 

 

 •


ביקור קודש

פון מרן רבינו שליט"א אין קאנאדע

 

חלק א'-

 

 

בילדער דורך: משה שפירא

 

 

פריוואטער פליגער וועלכע'ס האט געפירט מרן רבינו שליט"א

לאנדעט אין לופט פעלד אין קאנאדע

 

 

 

 

 

 

 

הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ ד'קהלתינו

און נאך נכבדי אנ"ש נעמען שלום פון רבי'ן שליט"א אין לופט פעלד

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א אין קאנאדא! (מהר"א)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext