ווי באקאנט איז די ישיבה הקדושה שוין אין א שווערע פינאנציעלע מצב פאר גאר א לאנגע צייט, שוין זייער לאנג וואס די ישיבה מוטשעט זיך צו באצאלן די מגי״ש און כלי קודש און אפילו די געז און לעקטער, עס האט שוין עטליכע מאל געהאלטען אז די עלעקטער קאמפאני האט געוואלט פארשפארן די עלעקטער און עס איז אפגעהאלטן געווארן ממש די לעצטע מינוט, מען איז געווען אונטערשטעליג אין די וועיזשעס וואכן און חדשים, עס האט שוין כמה פעמים אויסגעקוקט אז די ישיבה לייגט זיך צוזאם און גייט באנקראט און שפארט זיך אפ יעדע ליאדע מינוט, אין פאקט האט מען שוין גערעדט ביי מיטינגען צווישן די העכסטע עשעלאנען אין ישיבה גדולה ד׳סאטמאר קווינס וואס מען וועט טוהן אויב די ישיבה שטרעקט אויס די פיס, ע״פ השמיעה האט כ״ק אדמו״ר הגרז״ל מ׳סאטמאר זיך אנגעטראגן אויפצושטעלן א וועד בעלי בתים וואס זאלן איבערנעמען די הנהגה פון די ליזענסקע ישיבה וואס ״מוז ווייטער שטיין פאר אלע קאסטן, און פעלט אויס פאר די הצלחה פון קווינס״, איך שהוא, האט זיך די ליזענסקע ישיבה איינמאל און נאכאמאל ארויסגעדרייט און עס האט זיך שוין געקענט דוכטן אז דאס שווערסטע איז שוין פאריבער.
אבער אין פאקט איז עס נישט אזוי געווען, און די ישיבה האט זיך ווייטער ביטער געמוטשעט, און למעשה האט מען שוין נישט באצאלט די איינגעשטעלטע פאר א צייט אפשניט פון 22 וואכן!!
פון די אנדערע זייט איז אויך פארגעקומען קאמפן און געשלעגן שוין פאר א לאנגע צייט צווישן די בחורים און די הנהלה גשמיות – הויפטזעכליך ר׳ אהרן אויסטערליץ, לויט די בחורים׳ס ווערסיע האט ר׳ אהרן גע׳גנב׳ט געלט פון עזר לחתנים לטובת די ישיבה, און לויט זיינע טענות איז עס פארקערט, און די בחורים האלטן נישט ביים העלפן די ישיבה, פונקט פארקערט, מען האלט אין איין שאדן מאכן גרויסע געלטער פאר די ישיבה דורך פייער׳ס און כל מיני היזיקים, למעשה איז די לעגענדארע קאסע עזר לחתנים פארשפארט געווארן און דאן צוריק גע׳עפנט געווארן און דאן נאכאמאל פארשפארט געווארן וכו׳ און די מצב האט זיך באמת קיינמאל נישט בארוהיגט.
נאך איין פאקט, צווישן די הנהלה גשמיות און הנהלה רוחניות איז ווי פארשטענדליך אויך כסדר פארגעקומען אמפערייען אזוי ווי אין יעדע נארמאלע ישיבה.
יעצט צום מעשה שהי׳ מיט טרוקענע פאקטן.
זונטאג האבן עטליכע בחורים געמאכט א פייער אין הויף פון ישיבה, ע״פ השמיעה איז עס געווען אזש א מאטראץ, אבער עס איז נישט קלאר צו דאס איז אמת, שכנים האבן אריינגעווארפן שטיינער, א בחור האט צוריקגעווארפן, און זיי האבן גערופן פאליציי, די פאליציי איז געקומען, געפארשט אביסל, און דאן אוועקגעגאנגען.
ר׳ אהרן אויסטערליץ איז דאן געקומען צו די בחורים אז די פאליציי פארלאנגט 7 בחורים זאלן זיך איבערגעבן מעצמם, (די פאליציי זענען שוין דאן נישט דארט געווען) פארשטייט זיך אז די בחורים האבן איהם געלאכט אין פנים, און דאן האט ער געלאזט פאלן דעם באמבאסטישן מעלדונג אז ביז פינף מינוט אויב קיינער קומט נישט מודה זיין שפארט מען אפ די ישיבה במלוא מובן המלה!!
ווען עס איז אדורך פינף מינוט איז ער אריבער צום דארמיטארי און אפגעשפארט די עלעקטער, אבער ווען ער האט געוואלט אפשפארן די מעין בילדינג עלעקטריק האבן די בחורים פארמירט א מענטשליכע מויער נישט צולאזנדיג איהם צום בעיסמענט, ר׳ אהרן איז דאן אריין אין ביהמ״ד -אינמיטן נאכט סדר- און בפועל אנגעהויבן צומאכן גמרות שרייענדיג צו די בחורים מ׳קען אהיימגיין, די ישיבה איז פארשפארט!!
בעצם האט זיך מטעם הנהלה גשמיות מיט דעם מעלדונג שוין פארשפארט די ישיבה און האט זיך דערווייל נאכנישט געעפנט זינט זונטאג נאכט!
ר׳ משה ברוך ווייס דער מנהל איז געקומען צו לויפן, ער האט געפאדערט פון די בחורים אז די בחורים זאלן זיך מודה זיין, אבער ווען די בחורים האבן געטענהט אז ר׳ אהרן זאגט עמטליך אז ער גייט זיי איבערגעבן פאר די פאליציי און זיי האבן מורא האט ער זיי פשוט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, און דאן איז ר׳ אהרן אריינגעקומען אין ביהמ״ד און גענומען מאכן קולות אויף ר׳ משה ברוך ברבים, אז ער קען נישט פירן די ישיבה, און ער וועט הייסן ארעסטירן ר׳ משה ברוך בכבודו ובעצמו, און ער האט אויף די העכסטע טענער געסטראשעט אז די ריכטיגע האט זיך נאכנישט אנגעהויבן, און ער גייט דא ווייזן ווער עס איז בעל הבית און וואס ער איז אלס מסוגל צו טוהן, ״עטץ האטס געמאכט א חילול השם, כ׳וועל מאכן אסאך א גרעסערע חילול השם״ וכו׳
ר׳ משה ברוך האט איהם גארנישט געענטפערט, ער האט זיך פשוט אוועקגעדרייט און אוועקשפאצירט, די בחורים האבן דאן באשריגן ר׳ אהרן מיט קולי קולות ״מחוצף״ זיך אננעמענדיג פאר ר׳ משה ברוך׳ס כבוד.
למעשה האט מען געדאווענט מעריב, און ר׳ משה ברוך איז אריבערגעפארן צו כ״ק האדמו״ר מ׳ליזענסק שליט״א בביתו נאוה קודש פארציילן וואס דא גייט פאר, לויט ווי עס הייסט האט איהם דער רבי שליט״א דאן געענטפערט אז ״כ׳האב מער נישט קיין כח צו די ישיבה….״
למעשה האט דער רבי גערופן דעם מענעזשער ר׳ ליפמאן ברייער און מען האט צוריקגעשטעלט עלעקטער אין דארמיטארי.
אויפצומארגנס מאנטאג האט ר׳ אהרן אויסטערליץ אנגעזאגט דעם קעכער ר׳ יודל פריעדמאן שליט״א אז ער קען מער נישט באשטעלן קיין פרישע עסן -חוץ מילך און ברויט- און דאס אלטע וואס איז דא קען ער ארויסגעבן, ווי אויך האט ״וויקטאר״ דער גוי נישט געברענגט אדער אהיימגעטראגן די מגידי שיעור נאר זיי האבן גענוצט קאר סערוויס פון די אייגענע טאש.
ע״פ השמועה איז פארגעקומען א מיטינג צווישן ר׳ נתן ווערנער, ר׳ אהרן אויסטערליץ, און ר׳ איטשע יאקאבאוויטש וואס האבן אלע פה אחד געזאגט פארן רבי׳ן אז עס האט שוין נישט קיין פשט ווייטער צו ציען און מען זאל פארמאכן די ישיבה.
כמובן האט די ישיבה געקאכט ווי א קעסל, ר׳ אהרן׳ס קאר איז געווארן אנגעווארפן מיט אייער, און ער האט לכבוד דעם געשלאגן א בחור וואס האט פארשטייט זיך אינגאנצן נישט בארוהיגט דעם מצב,
דינסטאג איז ר׳ אהרן אנגעקומען מיט ליידיגע באקסעס צוזאמצופאקן דעם אפיס… און אינדרויסן איז זיין קאר געווארן אנגעשפריצט מיט קעטשאפ פערפל און צעטלעך, און ר׳אהרן האט תיכף געוואלט רופן פאליציי, הר״ר בערל שפיטץ וואס האט דאן געהאלטען אינמיטן רעדן מיט איהם האט זיך איינגעבעטן ביי איהם ער זאל נישט רופן די פאליציי און ער איז דאן ארויסגעקומען בעטן די בחורים מען זאל אפרוימען די קאר, און ווען קיינער האט נישט געוואלט איז הר״ר בערל בכבודו ובעצמו געגאנגען און אפגערייניגט דעם קאר!…
דינסטאג אינמיטן נאכמיטאג סדר האט זיך ר׳ משה ברוך אויפגעשטעלט זאגן א דרשה, עת לעשות לה׳ הפרו תורתך, אז מען דארף גרויס רחמי שמים אז די ישיבה זאל נאך אנהאלטן ביז סוף זמן, אויף נעקסטע זמן— דא איז ער שטיל געבליבן און דאן געזאגט, שוין, דער אויבישטער איז א כל יכול… אבער אפילו דעם זמן דארף מען גרויס רחמי שמים, און יעדער פארשטייט אז עס איז נישט קיין תכלית אז אזויפיל בחורים זאלן זיך דרייען זוממער אויף די בערג אן קיין ישיבה, און יעדע קליינע פעולה אין ישיבה מאכט נאר ערגער דעם מצב, און ווער עס טוט סיי וואס איז א מהרס, און ער בעט דעם עולם זיך צו בארוהיגן, דאן האט ער געמאלדן אז מען גייט אהיים אויף שבת פון דאנערשטאג ביז מאנטאג און דאן וועט מען זעהן ווייטער.
דאס האט פארהעלטניסמעסיג בארוהיגט דעם מצב, הגם מיטוואך אינדערפרי איז נישט געווען געהעריג קיין פרישטאג נאר ברויט מיט קעז, און די זעלבע זאך נאכטמאל איז געווען אביסל ווייניג אבער מער ווייניגער גייט אלעס אן געהעריג, די מגידי שיעור קומען מיט קאר סערוויס, און דאנערשטאג גייט מען אהיים ״האפענטליך״ נאר אויף ביז מאנטאג צוויי אזייגער.
למעשה פארוואס די ישיבה איז פארמאכט קען יעדער זאגן וויאזוי ער פארשטייט, בפשטות איז עס פשוט ווייל די בחורים ווילן זיך נישט מודה זיין, למעשה האט מען שפעטער גערעדט וועגן די געלט און יעצט גייט שוין ארום א נייע נוסח בשם דעם רבי׳ן און די הנהלה אז פשוט דער רבי האלט אז אזא שוואכע ישיבה איז א שאד צו האלטן אפן, עס הערשט הפקירות קיינער לערנט נישט וכו׳ וכו׳
איז למעשה איז זייער נישט קלאר וואס דא גייט זיך אויסקאכן, מען וועט מוזן ווארטן אביסל און ביני לביני מתפלל זיין אז אזא חשובע מקום תורה זאל ח״ו נישט צוגעמאכט ווערן.
עס מוז אויך דערמאנט ווערן אז ווער עס וועט אריינשפאצירן יעצט אין ליזענסק וועט איבערקוקן זיכער מאכן אז ער איז טאקע אויפן ריכטיגן פלאץ, דער ביהמ״ד איז פול מיט בחורים, מגי״ש, כאילו לא הי׳!! דער קול תורה דונערט כאילו עס גייט גארנישט פאר , און די שיעורים קומען פאר כסדרן, עס איז דער אומגלויבליכער פאקט וואס עס איז שווער צו גלייבן ביז מען זעהט עס, עס איז שוידערליך צו טראכטן אז דעם דאנערשטאג קען ח״ו זיין דער לעצטער טאג וואס דער קול תורה וועט געהערט ווערן אין דעם הייליגן מקום!
נ.ב. די פרטים קומען מפי השמועה, מיר האבן פראבירט מברר זיין פונקטליך אבער מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף יעדן פרט, פאר תיקונים ביטע איבערלאזן קאממענטס אדער דורך אימעיל צו [email protected] מיר וועלן פראבירן אייך צו האלטן אינפארמירט ווי ווייט מעגליך.
ווי אויך איז נישט פאר קיינעמס אינטערעסן אז די גאנצע גאס זאל פונקטליך מיטהאלטן, איז ביטע נישט מפרסם זיין דעם מאמר נאר פאר אנשי שלומינו.








