וויטא לאפעז דערנידערט דורך ספיקער סילווער
ווי א באמשעלל האט אפגעהילכט די נייעס פארגאנגענעם פרייטאג אז אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער האט דערניערט וויטא לאפעז, דער לאנגיעריגער מאכטפולער סעניאר אסעמבלימאן און טשעירמאן פון דעמאקראטישע פארטיי אין ברוקלין צוליב מארילישע פארברעכענס אויף מערערע פון זיינע געהילפן. אויפן גוטהייסונג פון די עטיקס קאמיסיע.
זינט די נייעס האט אויגעבראכן פרייטאג מיטאג דעם 24סטן אין אויגוסט, האבן מערערע פאליטישע פירער פון ניו יארק סטעיט אין ניו יארק סיטי אויפגעהויבן זייער שטימע און פארלאנגט פון וויטא לאפעז באלד צו רעזיגנירן פון אלע זיינע ערוויילטע אמטן.
לאפעז האט אנטזאגט צו רעזיגנירן.
דערווייל האבן גאר אסאך הויכראנגגיקע פאליטישאנס פארלאנגט זיין רעזיגנאציע אנגעהויבן פון גאווערנאר קאומאו און אראפ.
|
|