אין ניו יארק סיטי, דער ליבעראלסטער חלק פון די סטעיט איז עס דא, און ס'וועט אי"ה זיין אין אנדערע טיילן פון די סטעיט. מען קען נישט אריינגיין אין דיטעילס צוליב זייער פארשטענדליכע סיבות. עסקנים זיצן מיט לאיערס און פאליטישע לאביאיסטן אויסצוארבעטן א געזעץ וואס איז ענליך צום סקול דיסטריקט געזעץ, און וועט נאר אפעקטן געוויסע קאמיוניטיס, וד"ל. מער דיטעילס וועט יעדער הערן אי"ה ביז עטליכע חדשים ארום, ווען ר' בנציון וועט זיין דער חרדי'שער פארטרעטער פון מאנסי און מאנרא
נשלח ב-11/9/2012 18:36
כ'קען נישט בנציון ווידער און איך קען נישט קיין בולדאזערס. איך ווייס אבער יא אז די ניו יארקער קאנסטיטוציע איז א גרויסער שטער צו מאכן סקול וואוטשערס אין די ליבעראלע סטעיט.
סתם נייגעריג, וויאזוי פונקטליך פלאנט ער דאס צו טוישן?
נשלח ב-11/9/2012 04:23
איך פרעג דיך גארנישט אין אישי, ווייל מיך האט ער געהאלפן מיט א טובה מיט די קאונטי גאווערמענט וואס האט מיך געשפארט צענדליגער טויזנטער דאלאר און אסאך עגמת נפש, און כ'האב פארדעם נישט געהאט קיין שום שייכות מיט אים.
דיין צווייטע שאלה איז סתם נאריש, און ס'איז דעריבער א שאד אפילו עס צו אדרעסירן.