|
|
| נשלח ב-10/9/2012 18:16 |
|
| |
ברעיקינג: זאליס / בני יואל ארויסגעשליידערט ביים פעדעראל אפעלט
היינט מאנטאג נצבים ב' דסליחות קומט די איבערראשענדע נייעס, אז דער בוכ"ע האט געהאלפן דעם עם ה' באופן נורא וגלוי, חוץ לדרך הטבע, מיט דעם וואס די גוי'אישע ריכטער פונעם העכערן פעדעראלן אפעלאט 2'טער סירקויט קאורט אוו אפיעלס האט גענצליך ארויסגעשליידערט אלע זייערע קלאגעס מסירות, מלשינות, השחתה און רשעות קעגן די ווילידדזש אוו קרית יואל, און קעגן די געטרייע ווילידזש פירער.
נאך לאנגע יארן פון פייניגן און סטראשונקעס וואס די הולכים בערכאות פונעם אפיעציעלן שיק-אינגעלע יאשקע וואלדמאן ביז צו זיינע אויבערהארן מיט די רב'ישע טראגע אויף בעדפארד עוועניו רז"ל טייטלבוים און דער צווייטער מסור רבי ר' יואליש מארגנשטערן האבן אנגעהויבן א רייע מלשינות קעגן קהלתינו הקדושה און קעגן דעם ווילידזש אוו קרית יואל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רביה"ק מסאקמיר בעל דברי יואל אליין. האבן זיי היינט געכאפט זייער ענדגילטיגע - פינאלע און דורכברענע מפלה - לשמחת לבם פון אלע ערליכע אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און אלע תושבי קרית יואל בפרט.
עס איז קלאר אז די ווערצהויז אונטערן ביהמ"ד וועט אי"ה בלייבן פארשפארט, לחרפה ולדראון עולם, צו ווייזן פאר די מהרסים, מלשינים און ערכאות גייער, אז יש מנהיג לבירה, אויב מ'גיייט נישט צו דין תורה, וועט דער ריכטער געבן גרעסערע מכות.
יאשקע וואלדמאן גיב איבער דעם טרוקענעם מעסעדזש פאר דיינע משלחים רז"ל טייטלבוים און יואליש מארגנשטערן: "והוא לא תצלח" איז אן הבטחה. גיין קעגן דעם רבוש"ע איז א זיכערע פארלוסט בזה ובבא.
אשריך הרה"ח המפורסם ר' דוד עקשטיין, דער העדלישער עסקן לטובת טהרת ישראל. אשריך ר' גדלי' סעגעדין, דער העדלישער פירער פון KJ ווילידזש. אשריך ר' אברהם ווילדער, דער העלדישער מעיאר פון KJ ווילידזש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2012 18:33 |
|
| |
די בני יואל / זאליבאנער האבן זיך נישט דערלערנט פון דעם קייט פון מפלות וואס זיי האבן נאר אריינגעהויבן מיט זייער מסור יאשקע משומד וואלדמאן.
פון די ערשטע פעדעראלע קעיס וואלדמאן 1 אנהויב נ' יארן - געסעטעלד.
די צווייטע פעדעראלע וואלדמאן 2 קעיס, ענדע נ' יארן - פארלוירן.
די אפעלאט פאר די פעדעראלע וואלדמאן 2 קעיס - פארלוירן.
די בית יואל 1 - ריכטער אווענס תש"ע - פארלוירן
די בית יואל 2- ריכטער סלאבאדאן תש"ע - פארלוירן
די אפעלאט קאורט אין סטעיט אוו ניו יארק, תשע"א - פארלוירן.
די פעדעראלע קעיס זאליס / בנייואל ביי ריכטער רעיקאוו תשע"ב - פארלוירן.
די פעדעראלע אפעלאט קעיס זאליס /בני יואל, ב' נצבים תשע"ב - פארלוירן.
יעדע קעיס האט געהאט א טוץ מיט מעכטיגע הבטחות אז דאסמאל גייען זיי געווינען און אז אלע פירער פונעם ווילידזש גייען ווערן ארעסטירט. דער ווילידזש אויפגעלעזט, פארשלאסן אונטער ריגל. די רביצינ'ס ווערהצויז פארשטייצעך צוריקגעעפנט.
דערווייל האלט מען נאך 20 יאר דורכפאלן איינס נאך די אנדערע.
מיינט איר אז די הולכי בערכאות און מרימי יד בתורת משה, די משלחים און אויבערהארן פון יאשקע וואלדמאןה רז"ל טייטלבוים און ר' יואל מארגנשטערן האבן זיך עפעס דערלערנט?
ניין!
זיי וועלן ווייטער קעמפן ביז'ן שאול תחתית ועד בכלל און אי"ה ווייטער אנווערן יאר נאך יאר.
תוקן על ידי גוטזאגער ב- 10/09/2012 18:51:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2012 23:48 |
|
| |
איך בין גענצליך נישט באקאנט אין די קאורט פאפירן אבער א חבר מיינער זאגט מיר אז זיי שרייבן אז די קעיס האט גארנישט מיט רעליגיע צו טאן, עס איז א פאליטישער סכסוך און האט נישט קיין מיט רעליגיעזע דיסקרימינאציע, און אין דעם דאזיגן אפטייטשונג פונעם אפעלאט קאורט ליגט די גיפט, וואס מאכט חרוב די טשענסעס פאר די בני יואל קעיס.
עס גייט מיר שווער אריין אין קאפ. אפשר קען עמיצער דאס מסביר זיין, ווייל ביז היינט האבן דאך אלע ריכטער געזאגט אז סאטמאר איז רעליגיעז.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2012 00:42 |
|
| |
דאס טאקע זאגן זיי אז ביידע זייטן באלאנגען צום זעלבן רעליגיעזן סעקט און די הולכים בערכעות זענען נישט מער ווי דיסידענטן אינערהאלב די סאטמערע חסידות, און ס'איז נישט ווי דער וויליעדזש זאל באקריוודען א אנדערע רעליגיע.
מ'דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן רבש"ע כי לא הניח שבט הרשע על גורל הצדיקים. קיינער פון ביידע זייטן האבן נישט געטראכט אז די מחללי שם שמים וועלן האבן אזא גרויסן מפלה און די מסירה וועט ווערן גענצליך ארויסגעשליידערט צוזאמען מיט דעם וואס זיי האבן מיט זייער הליכה בערכעות זיך אליינס ארויסגעווארפן פון דעם גע'גנב'עטן הויז.
האבן זיי ווען א טראפ שכל וואלטן זיי זיך גלייך געשטעלט צו דין תורה. אייגענטליך א טראפ שכל? א טראפקעלע אידישקייט!
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|