בית פורומים כל העולם כולו

קעי דזשעי אלייענס קאמפיינט פאר דזשערי מעקוועיט ימ"ש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/9/2012 09:05 לינק ישיר 
קעי דזשעי אלייענס קאמפיינט פאר דזשערי מעקוועיט ימ"ש

שוין צענדליגע יארען וואס קרית יואלע איינוואינער ליידן פון די לאקעל דעמאקראטן, וואס טיילן אויס צרות צרורות פאר קרית יואל אויף א שאקינג אופן. זיי זענען אלעמאל ביזי געווען מיט אינזער גראוד וכדו', קרית יואל וועט קיינמאל נישט פארגעסן וויאזוי איין טאון קאנסיל מעמבערס איז געלאפן קעגן אונזער סטעיט סענאטאר ביל לארקין און קאמפיינט קעגן אים אז ער איז גוט מיט די חסידים און וועגן דעם טאר מען נישט שטומען פאר עם

יעצט האט אן אנדערע פין די דעמאקראטישע אנטיסעמיטן, זשערי מעקוועיט, באשלאסן צו לויפן פאר אסעמבלי און די קעי זשעי אלייענס ארבעט שווער עם צו העלפן געווינען, וואס איז ממש לא יאומן כי יסופר

די לעצטע טעג איז ליפא דייטש ציווילדעוועט ווי א צאפ, ער לויפט ארים צי די רבנים פון מאנסי אז זיי זאלן הייסן די מאנסיער אידן צי וואוטן קעגן מאנסי'ס קאנדידאט, דעם היימישן כלל טוער ר' בנציון ווידער, אין שטימען פאר דעם אנטיסעמיט מעקוועיט. די מאנסי רבנים זענען אין שאק פון די חוצפה פין דעם יונגאטש. נעכטן איז געווען א אסיפה אין מאנסי פון אלע רבנים איבער די ילדי תימן ווען פליצלינג עפנט זיך דער טיר אין ליפא דייטש לויפט אריין מיט איין אטעם אין פאנגט אן צו שרייען אז געוואלד, מען דארף וואוטן קעגן בנציון ווידער אין מען מוז ווויטן פאר מעקוועיט

דער ליפא דייטש איז געקימען מיט גאנצע מאפעס און דאקומענטן צו מסביר זיין פאר די רבנים פארוואס מען מוז וואויטן קעגן ר' בנציון. אן קיין בושה האט ער ליגנט געזאגט פאר די רבנים אז סאיז נאך קיינמאל נישט געווען קיין ארטעדאקסישע יוד זאל לויפן פאר אסעמבלי. ער האלט אז די רבנים זענען ח"ו נישט אויף די עולם און ווייסן נישט אז סזענען דא 5 ארטעדאקסישע יודן אין אסעמבלי, אינקלודינג דוב הייקינד, דוד וועפרין און שעלדאן סילווער

תושבי קרית יואל זאגן "מאובי תחכמנו", מען וועט ארויסגיין אין שטומען קעגן די קאנדידאט פין די אלייענס אין שטומען פאר א היימישן עסקן וואס העלפט אנ"ש אין מאנסי אין אלעמאל געווען א גיטע פריינט פאר אינז

תוקן על ידי אדמיראל ב- 11/09/2012 09:12:49




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קעי דזשעי אלייענס קאמפיינט פאר דזשערי מעקוועיט ימ"ש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext