די לעצטע פאר טאג צווישן ראש השנה אום יום הקדוש האבן די זאליס פארארבעט מעשים צוריקצודערארבען די ראסט-סטריט שול און דארט מאכן די סוכה (נישט אויף ראדני), און דארט צו פראווען די לעכטיגע נילעס האכאג, און די גרויסעארטיגע חתונה.
אויבנאויף האט מען געמאכט א סוכה אויף ראדני, אבער דאס האט מען נאר געטאן אויסצושפילן דעם שטן. שטילערהייט האט משה דוד נידערמאן, מיט שלום דייטש געארבעט טאג און נאכט מיט יאנקי פעקעטע און געשטיפט גרויס געלט פאר פעקעטע'ס אינספעקטארס צוריקצועפענען די סוכה פאר זיי.
פעקעטע האט געהאט אן "ספעשל" אינספעקטאר צו באקוקוקן די שול און די סוכה "בסוד סודות" מערערע מאל די לעצטע פאר טאג. אום יום הקדוש ביי מוסף איז דער אינספעקטאר נאכאמאל דארט געווען מיט נידערמאן, יצחק שלום ווערטהייטמער און נאך זאלי שישקעס און דער מופת איז געלונגען. די VACATE איז אראפגעפארן, וואס מיינט אז די זאליס קענען דארט מאכן די סוכה, און אויך פירן דארט די נילעס האחאג...
דער פלאן איז געווען אז דער אינספעקטאר וועט קומען 7:30 אינדערפרי, יא, יום הקדוש צופרי האט מען אים געבעטן ער זאל שוין קומען, און מ'וועט עס ערלעדיגן אומר ועשה. למעשה האט דער אינספעקטאר נישט געקענט דעמאלט, און עס האט זיך פארשלעפט,
דער גרויסער צדיק'ל איז געווען פאר'מח'ט מיט די אייזענעס און האט נישט געקענט קומען אין שול דאווענען. ער איז געווען אנגעצויגן און נערוועז. עס איז געווארן 8:00 און ער קען נאך אלץ נישט קומען, ס'איז נישט קיין גוטע נייעס ליידער.
עס האט נישט גענומען קיין עק, און מ'מוז גיין אין שול דאווענען, ס'איז פארט יום הקדוש אויף דער וועלט. ערשט 8:30 איז ער אריינגעקומען אין ראדני צעשאסן און אנגעזעצט.
א גאנצן דאווענען האט ער זיך געווינקען מיט קאמפאוט צי ס'איז שוין דא גוט נייעס.
אזוי האט עס געדויערט ביז ביי אין קצבה, איז אריינגעקומען די גוטע נייעס.
שטייענדיג פאר'חלומ'ט ביים ברעטל האט שמואל קאמפאט האסטיק פארציילט די הייסע נייעס פאר רז"ל אז די VACATE ORDER איז אראפ !, רז"ל האט זיך צעפייערט און געפאטשט מיט שמחה אז מ'האט געשמירט ווי מ'דארף ביז דער אינספעקטאר האט געזאגט "סלחתי"!
איי האט ער געטאנצט אין קצבה!
דאס איז געווען נעכטן.
היינט איז דער חרון אף צוריק, ליידער ליידער.
די FULL VACATE איז צוריק בתוקפו און די סוכה גייט אי"ה זיין דארט ווי רז"ל האט אזוי שטארק
נישט געוואלט.
