בית פורומים כל העולם כולו

דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/11/2012 19:11 לינק ישיר 
דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?

לויט די שמיעות הערט מען אז די די דין תורה אין בני ברק האלט ביים ענדע, דער איינציגער ציריקהאלט איז נאך לעת עתה יצחק רוזענבערג אבער ער האלט זיך אויך ביים ברעכן, כידוע איז שוין גרייט דער פסק פין בית דין אז אלע בנינים אין בני ברק געהערן פאר כ''ק אדמו''ר שליט''א מיט די גבאים רבי משה פריעדמאן אין רבי עזריאל גליק, די ארונים האבן אנגעהויבן צי שפרינגען גיפעלרליך אבער דער בית דין האט גענטפערט קימט ענק אדורך איינס צוויי אין אז נישט קימען מיר ארויס מיטן פסק, בלית ברירה האבן די ארונים מחליט געווען זיך אראפ זעצן פארהאנדלען מצדם האבן זיי ארויס געשטעלט ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין מצדינו איז געשטעלט ר' יעקב יוחנן מענדעלאוויטש, ווי עס האלט יעצט איז דער הסכם אזוי, די ארונים באקימען אין בני ברק אלע בנינים אין שיכון סאטמאר, אין אלע בנינים אויסערן שיכון גייט בלייבן אויף אינזער נאמען, (נעבעך חיים הערשעלע מייזליש), בשכר זה, גייען די ארונים אויפגעבן אלע טענות אויף די בנינים אין וויליאמסבורג אינקלאדינג דעם בית המדרש החדש, אזוי אויך געבן זיי אויף אלע תביעות אויף די קעמפס, מנחם גרשון אין ייעקב יוחנן האבן שוין אינטערגעשריבן מען ווארט נאר אויף די חתימה פין יצחק רוזענבערג (וואס פירט אן די מערכה אין קארט אויף די בנינים אין וויליאמסבורג אין אויף די קעמפס, ער וויל נאכנישט אינטערשרייבן, אבער מנחם גרשון מיט זיין גרופע לייגן אויף עם גרויס לחץ אין ווי עס זעט אויס גייט ער זיך ברעכן זייער שנעל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2012 12:45 לינק ישיר 

הרב כ''ץ האט זיך אפגעזאגט פון די קהילה ממילא איז די גארנישט מחויב פאר אים .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2012 03:17 לינק ישיר 

און אז יא און אז נישט get to the point



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2012 23:47 לינק ישיר 

ר אלי כץ איז נישט אויפגענומען געווארען פון רביה"ק מסאטמאר בעל "ויואל משה" זי"ע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2012 18:21 לינק ישיר 

איי איז דאס א זאלי ספין, אין וויליאמסבורג גיט מען גארנישט אויף, און אויך נישט אין קעמפ, ר' יצחק ראזענבערג איז בכלל נישט קיין צד צו דעם הסכם, ער דארף גארנישט אינטערשרייבן, ווער עס האלט צוריק דעם הסכם איז נאר אלי' כ''ץ פון בני ברק וואס לויטן הסכם וועט ער דארפן רעזיגנירן פון רבנות און הרה''צ רבי חיים הערש מייזליש שליט''א וועט עמטליך ווערן דער סאטמארער רב פון בני ברק און אריבער גיין דאווענען אין שיכון סאטמאר, אלי' כ''ץ וויל ביזדערווייל פון דעם נישט הערן, אבער די זאליס סטראשן עם אז ער וועט ווערן אויסגעשפילט משני הצדדים, זיי זאגן אז ער גייט זיך סוף כל סוף מוזן ברעכן און אינטערשרייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2012 23:58 לינק ישיר 

איז יאשקע תשעים מסכים זיין פעטער זאל פליען פונעם מלון? י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2012 21:19 לינק ישיר 

נזכה ונחי' ונראה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2012 20:02 לינק ישיר 

א שיינער זאלי חלום, גיי גיס דיך אפ נעגל וואסער שנעל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext