דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?
לויט די שמיעות הערט מען אז די די דין תורה אין בני ברק האלט ביים ענדע, דער איינציגער ציריקהאלט איז נאך לעת עתה יצחק רוזענבערג אבער ער האלט זיך אויך ביים ברעכן, כידוע איז שוין גרייט דער פסק פין בית דין אז אלע בנינים אין בני ברק געהערן פאר כ''ק אדמו''ר שליט''א מיט די גבאים רבי משה פריעדמאן אין רבי עזריאל גליק, די ארונים האבן אנגעהויבן צי שפרינגען גיפעלרליך אבער דער בית דין האט גענטפערט קימט ענק אדורך איינס צוויי אין אז נישט קימען מיר ארויס מיטן פסק, בלית ברירה האבן די ארונים מחליט געווען זיך אראפ זעצן פארהאנדלען מצדם האבן זיי ארויס געשטעלט ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין מצדינו איז געשטעלט ר' יעקב יוחנן מענדעלאוויטש, ווי עס האלט יעצט איז דער הסכם אזוי, די ארונים באקימען אין בני ברק אלע בנינים אין שיכון סאטמאר, אין אלע בנינים אויסערן שיכון גייט בלייבן אויף אינזער נאמען, (נעבעך חיים הערשעלע מייזליש), בשכר זה, גייען די ארונים אויפגעבן אלע טענות אויף די בנינים אין וויליאמסבורג אינקלאדינג דעם בית המדרש החדש, אזוי אויך געבן זיי אויף אלע תביעות אויף די קעמפס, מנחם גרשון אין ייעקב יוחנן האבן שוין אינטערגעשריבן מען ווארט נאר אויף די חתימה פין יצחק רוזענבערג (וואס פירט אן די מערכה אין קארט אויף די בנינים אין וויליאמסבורג אין אויף די קעמפס, ער וויל נאכנישט אינטערשרייבן, אבער מנחם גרשון מיט זיין גרופע לייגן אויף עם גרויס לחץ אין ווי עס זעט אויס גייט ער זיך ברעכן זייער שנעל.
 |
|
|