דע גרעסטע רבי אויף די וועלט
צו מיינע טייערע פריינד זאלוינים שיחיו
זענט איר אמאל געווען ביי א הכנסת ספר תורה? געווענדליך קומען דארט א 30-40 מענטשן פלוס משפחה און שכנים און מ'פריידט זיך מיט'ן ספר תורה, איך געדענק ווען שלמה'לע רייזמאן נ''י פון שערי חמלה האט אריין געגעבן זיין ספר תורה איז די גאנצע שטאט דארט געווען, דער רבי שליט''א, דער מעיאר ר' אברהם ווידער, דער ראש הקהל ר' דוד עקשטיין, דער מנהל המוסדות ר' מאיר הירש, דער פייער טשיף ר' יושע בלומעמטאל, דער פאליציי מיניסטער ר' משה לייב וויטריאול, דער ווילידזש עקזעקיוטיוו דירעקטאר ר' גדלי' סעגעדין, דער מנהל פון המספיק ר' מאיר ווערטיימער, הונדערטער אידן, בחורים קינדער, א פייערלעשער טראק פון פארענט, צוויי אמבולאנסן פון אינטן, 7 סטעיט פאליס קארס, 12 פאטראל קארס און טרעקלעך, 38 קארס מיט לעלוס און לעקטערלעך פון די הצלה און חברים מעמבערס, שלמה'לעס פנים האט געשיינט פון גליק, ער איז געווען אין זיבעטן הימל, קיינער האט נישט געפרעגט מה נשתנה די הכנסת ספר תורה פון אלע אנדערע, ווייל יעדער פארשטייט אז ביי אזא בחור'ל, וואס האט נעבעך גארנישט אויף דער וועלט, נאר די לעלוס און די לעקטערלעך, האט מען מיט עם געטון דעם חסד, און געהאלפן א שערי חמלה בחור'ל. כן הדבר הזה, רעבעס פארן און קומען, גרויסע רעבעס, מיט טויזענטער חסידים, גור, וויזניץ, בויאן, קלויזענבורג, באבעוו, ןכו', קיינער דארף נישט און האט נישט קיין לעלוס, ווייל זיי האבן ב''ה אלעס וואס א רבי דארף צו האבן, גרויסע טישן, א גרויס געזעגענעכטס, שיינע הקפות, געטרייע חסידים, איבערגעגעבענע תלמידים, במילא דארפן זיי נישט קיין לעלוס אדער פאליציאנטן להגדיל הטראסק, אבער ווען מען האט נעבעך א שערי חמלה רבי, וואס האט 15 מענטשן ביי זיינע טישן, גאנץ אלול תשרי קומען נישט קיין 25 מענטשן זיך געזעגענען, זיינע אייגענע בחורים לאכן פון עם און רופן עם ביים נאמען, ביי הקפות האט ער האלב א עולם וואס רבי אייזיק ספינקער האט, חנוכה דארף מען דינגען חזנים בבחינת אם אין אתה יוצא בגיני צא בגין דעם אדער יענעם חזן, נו, דארף מען א טראסק, אזא רבי דארף א משפחה ארטיקל מסביר צו זיין אז ער איז דער גרעסטער רבי אויף די וועלט, איי ער האט נישט קיין געזעגענכטץ, נו, און סאטמאר איז דער מנהג נישט צו גיין צום רבי'ן מיט א קוויטל, (משפחה מאגאזין), איי ביי זיינע טישן איז תוהו ובוהו, נו, אין סאטמאר איז נישט קיין קפידא צו גיין צו קיין טישן (משפחה מאגאזין), איי ביי זיין ברודער הערט מען דרשות און שמועסן וואס זענען גג על גג, נו, זיין ברודער איז אפשר מער חריף, אדער ער איז א בעסערער "בלאט" לערנער, [יא, ער ליינט דעם בלאט מידי שבוע בשבוע], (משפחה מאגאזין), אזא רבי דארף א צאתכם לשלום פון צענדליגע לעלוס און הונדערטער פאליציאנטן, ווייל אזוי האט שלמה'לע פון חמלה געמאכט זיין הכנסת ספר תורה, און אזוי פירן זיך אלע חמלה פאציענטן,
 |
|
|