בית פורומים כל העולם כולו

חלה דעקעלעך וועקט אייך אויף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2013 01:39 לינק ישיר 
חלה דעקעלעך וועקט אייך אויף

איך מיז ענק זאגען איך קים יעצט צוריק פין ארץ ישראל אין איך מיז ענק זאגען אז איך האב געלעבט אין א ביטערען טעות! ביז היינט האב איך געמיינט אז סאיז דא צווי סאטמארע רעבעס אין אויס געשטעלט האט זיך אז סאיז נאר איינס



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2013 06:48 לינק ישיר 

ביסט אזוי גליקלעך!!!

איך בין דיר אזוי מקנא!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2013 07:04 לינק ישיר 

די גרעסטע דורכפאל וואס א "געווינער" האט איז ווי ער קומט אהיים פון מלחמה אין ער טרעפט ווי דער מכלאמפישטער פארלירער שטייט אין לאכט עם אין פנים אריין. סאיז די גרעסטע ווייטאג, די גרעסטע הארצוויי. סנעמט ארויס א מענטש פון די כלים, העי די שגץ, די רשע, די האסטו דאך געליטן א שרעקלעכן מפלה, אין די האסט די חוצפה זיך צו אנרעדן אז די האסט גאר געהאט א נצחון

אזוי פילן יעצט די זאליס ווען זיי קימען קיין וויליאמסבורג אין ק"י אין זיי זעען ווי דער עולם לאכט אין פרייט זיך נאך אזעלכע ביטערע מפלות וואס זיי האבן געליטן אין בני ברק, ווען די גרויסע רבנים די פירער אין שטאט האבן זיי קלאר געמאכט אז ניין, סאיז דווקא דא אן אנדערע סאטמער וואס גייט נישט אין בגץ הציוני און אונז אנערקענען יענע סאטמער אין נישט ענק

די זאליס רעגן זיך, זיי האלטן עס נישט אויס, זיי שיסן טוויטס אהרונים רעגטס ענק אויף, נא, אהרונים שעלטס, אהרונים אונז זענען מעכטיג, אונז זענען שטארק, נא! שקצים. פארוואס זענט עטס אזוי העפי? געוואאאאאלד, עטס לעבטס אין א עולם השקר, עטס זעטס נישט וואס אונז זע מיר! 

אין דער גאנצע עולם שטייט אין לאכט זיי ווייטער אין פנים אריין אין מען פרייט זיך אז די גרויסע נסיעה וואס האט געקאסט מיליאנען דאלער איז געווען ארויסגעווארפן אין גארבידזש, מיטן כאפן אזא מעכטיגע ריק און ענדיגן זייער נסיעה מיט אזא זויערע טעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2013 18:08 לינק ישיר 

חלה דעקלעך לאמיר גיין ציביסלעך..
#1צענדיליגער טויזענטער ביים קבלת פנים אין ירושלים! דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

#2 דיברות קודש פין גאבאד עדה החרדית אז האדמור מסאטמאר שליט"א איז ממשיך דרכו פין באל ויאל משה!דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

# 3 צענדיליגער טויזענטער אין מרוין ! דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

#4 צענדילגער טויזענטער ביי די חתונה דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

#5 אויףגענימען געווארען פין אלע רבנים אין בני ברק דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

חלה דעקעל בלייבט חלה דעקעל...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/1/2013 01:45 לינק ישיר 

ביסט אזוי זיס!!!

עס איז אזוי גוט צו זיי א זאלי!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 05:07 לינק ישיר 

אין נאך אלע מעשות האבן נאך די אהרונים די חוצפה צי זיין פרייליך כאילו עס האט גאר נישט פאסירט. אוי טוט דעיס וויי, אוי עסט מען זיך די געזינט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 06:39 לינק ישיר 

א זאלי שעלט. קענען נישט פארנעמען אינזער שמחה לאל+++++

 U don't shame too talk he got kuved mluchim in jursalm more then birech moshe ,not talkin abt aron who all he got in jurslam like any smal rabbi that goes no mosed sent out kids for him and u talkin abt bnie brak



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 06:52 לינק ישיר 

די ענטפער פון זיין סאטמערע חבר:


ס׳איז הכל מודים אז יעדע רבי׳לע אדער נגיד וואס זיכט אז סיי וועלכע מוסד
זאל ארוסקומען צו אים פאר א קבלת פנים קען דאס באשטעלן , אברהם יאנקל
פר״מ יוכיח.

ס׳איז אויך קלאר אז ווען מיין הייליגע רבי איז גיווען און ישראל האט דער
גאון דער פוסק הדור גיזאגט אויף אים שבחים וואס מען פלעגט זאגן אופן בעל
שם מיטן גר״א באנאזאם.

ביז די וואך איז נישט גיווען קלאר צו די דרשה פונעם פוסק הדור האט און
זיך אזא שטארקייט, ווארים עטץ זאליס פלעגטס מיר אלס שרייען ״ווארט נאר
מיין צדיק׳ל גייט קיין ישראל זאגט ער נאך אות טות פאר אים״.

דאס איז די וואך קלאר גיווארן! די דרשה פונעם פוסק הדור פון איטליכע יאר
צוריק אויף מיין רבי דער גאון וצדיק! שפירט זיך ביי מיר ווי עס איז די
וואך גיזאגט גיווארן! אזא דרשה קען מען נישט באשטעלן! אזא דרשה קען מען
אים נישט צונעמען! און אזא דרשה ברויך מען פארדינען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 19:08 לינק ישיר 

וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין?
אהרן הכהן האט זיך טועה געווען ביים עגל
בעלזער רב זצ"ל האט זיך טועה געווען ביי די בחירות
אין הרב וואזנער שליט"א האט זיך טועה געווען מיט ר/ אהרן טייטעלבוים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/1/2013 21:37 לינק ישיר 

    ביז די וואך איז נישט גיווען קלאר צו די דרשה פונעם פוסק הדור האט און
זיך אזא שטארקייט
-דאס איז די וואך קלאר גיווארן! די דרשה פונעם פוסק הדור פון איטליכע יאר
צוריק אויף מיין רבי דער גאון וצדיק! שפירט זיך ביי מיר ווי עס איז די
וואך גיזאגט גיווארן!


אבער נאך ווי
נישט נאר ביי דיר נאר ביי די זאליס אויך - משה פר"מ האט מורא געהאט אז הרב וואזנער האט שוין פארגעסן
פונקטליך וואס צו זאגן האט ער מיטגענומען א טעקסט פון די דרשה און בוזעם טאש - אבער הרב וואזנער האט אים געוויזען אז ער געדענקט ביג טיים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2013 10:48 לינק ישיר 

ק/פ

פארט זיך פון ניו יארק צו קויפן פאר אפאר אמעריקאנע גראשן כבוד און ירושלים דייקא ביי די שלומי אמוני ישראל פון די הייפעלע יהדות החרדית און ארצינו הק'.

קומט ער אן צו א רייפן באדן פאר די בחירות וואס איז די בעסטע צייט געווענליך פאר די עדה החרדית פאליטישע אינטערעסן צו צייגן די ציפערן וואס גייען נישט וועלן און נעמען נישט אנטייל דאדורך נעמען קרעדיט פאר די אלע אלץ מיטגלידער פון די עדה.

דערנאך וואס עס האט זיך ארויסגעצייגט די גרויסע געווינסן פון די פרומע פארטייען און פראפאגאנדע, און די פארלוסטן און ציפערן פון די עדה אידן איז די גאנצע נסיעה אונטער א פראגע צייכן און ברענגט ארויס אויפן אויבערפלאך די מטרה פון "לכ עצמו הוא דורש".

  ** Jan 30 Wed 21:14 **


תוקן על ידי אדמיראל ב- 31/01/2013 10:51:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חלה דעקעלעך וועקט אייך אויף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext