מהרז"ל: איך שטיץ עקירת התורה!
אין דער איד פון פאריגע וואך איז געדרוקט די דרשה וואס מהרז"ל האט געזאגט דאנערשטאג משפטים, באלד נאך זיין צוריקקומען פון אר"י. די דרשה באציט זיך בעיקר איבער די סכנה וואס אחבנ"י אין ארצינו הק' שטייען אויס מיט די אנקומענדע גזירה פון גיוס בני הישיבות.
צווישן אנדערן זאגט ער דארט אז די אגוד'יסטישע פארטייען האבן פארראטן דעם יהדות החרדית ווען זיי זינגען שוין יארן דעם ניגון פון "תורתו אומנתו", אז די סיבה פארוואס זיי גייען נישט אין מיליטער איז וועגן זיי ווילן זיצן און לערנען, אן צו דערמאנען די כפירה ומינות און אלע דריי הארבסטע עבירות וועלכע דאמינירן דעם טאג טעגליכן סדר היום אין צה"ל.
ער דרוקט זיך אויס (בערך) אז "דאס זאגן אז דערפאר טאר מען נישט גיין אין מיליטער ווייל ס'איז ביטול תורה, דאס פאר זיך איז די גרעסטע עקירת התורה וואס איז שייך".
באמת ריכטיגע ווערטער, דברים כדרבונות.
אבער כ'וויל אים נאר 'דערמאנען', אז נישט אזוי לאנג צוריק איז ער געווען דער וואס האט גענוצט זיין גאנצן כח און איינפלוס צו שטופן זיין גאנצן עולם זיך צו באטייליגן אין דעם "כינוס כלל ישראל", טראץ וואס יעדער סאטמארער תלמיד וועלכער האט נאר א זיק כל שהו פון תורת רבוה"ק זי"ע אין זיך האט געוואוסט און פארשטאנען אז סאטמארע אידן האבן נישט וואס צו זוכן דארט. אבער פאר די זאלי פאליטיק האט בעסער געשפילט יא צו גיין, און גאנץ הוידל בוידל איז געלאפן אויף די אונטערשטע פיס, אבי צו שטיצן די פארטיי.
דארט האט זיך אויפגעשטעלט א בארימטער ראש ישיבה פון לעיקוואוד שליט"א, און האט דערמאנט ביים סוף פון זיינע ווערטער, אין נאמען פון די גדולי אר"י, אז מ'זאל מתפלל זיין פאר די ישיבה בחורים אין ארץ ישראל וועלכע שטייען אויס א סכנה אז 'מען וויל זיי מבטל זיין פון ביהמ"ד' [איך געדענק נישט פונקטליך דעם לשון, אבער דאס איז געווען דער נוסח און תוכן הדברים].
נישט נאר האט מהרז"ל זיך נישט אויפגעשטעלט תיכף ומיד מוחה זיין אויף די "עקירת התורה" ווערטער וואס מ'האט דארט געהערט, ווי עס וואלט זיך געפאסט פאר עמיצן וואס זוכט זיך אנצוטון דעם קרוין פון 'סאטמארער רבי', נאר אין די וואכן און חדשים דערויף האט מען נישט געהערט קיין פיפס, נישט פון מהרז"ל אליין און נישט פון זיינע נאכשלעפער, די א.ג. 'דיינים', אדער סיי וועמען פון די א.ג. 'תלמידי רבינו' וועלכע זענען אנגעקומען דארט אך ורק כדי צו שטופן דעם זאלי וואגן אויך אויפ'ן חשבון פון כל הקדוש והיקר פאר יעדן סאטמארן איד.
געוואלד, "עקירת התורה", אייכּם?
פאליטיק איבער אלעם?!
תוקן על ידי געגאנגען ב- 17/02/2013 16:37:00
 |
|
|