דורכברוך אין צומות הגידין בדיקות אין מארוויד ברוך השם
מיט א שבח והודי' צום בוכ"ע אז עס איז ענדליך געקומען די צייט וואס די פירער פון די מארוויד שלאכטהויז אין קאנאדא האט ב"ה אנגעהויבן בודק צו זיין צומות הגידין געוויסע טעג אין די וואך, און א דאנק דעם קענען ערליכע אידן מקדקדקים בכשרות צוקומען צו בשר כשר אן קיין שום צירופים און קולות פון טריפה דאורייתא.
פאר די בעלי בתים פון מארוויד קומט זיך א גרויסער דאנק, ווייל זיי האבן געשטעלט כשרות העכער ווי פאליטיק. אשר להם ואשרי חלקם.
עס איז צום האפען אז די איינציגסטע פלייש געשעפט וועלכע פארקויפט נאך די שאלה'דיגע פלייש צוליב פאליטיק, וועט לייגן דעם הייליגן שלחן ערוך און אידישקייט העכער פאליטיק - און גאנץ כלל ישראל וועט האבן כשר פלייש אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין.
|
|