ראה כאן הנוסח המלא:
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=9477&start=25
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ביסט דאך אזוי טייער,
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ברענסט דאך ווי א פייער,
זינט מאנאפאלע איז אראפ אויפ'ן וועלט,
בין איך אזוי אין כעס,
ס'קאסט דאך אפ אזויפיהל געלט,
און טרינקען דארף מען אסאך...
מאנאפאלע...
רבונו של עולם בעט איך דיר,
הייליגער פאטער זיסער,
ס'זאל נאר רעגענען בראנפן און ביער,
מ'זאל קיינמאהל נישט ווערן ניכטער...
מאנאפאלע...
מיין קבר זאל מען מיט בראנפן אנשפריצן
ווייל דאס איז דער עיקר,
און אויף מיין מצבה זאל מען אויסקריצן
"דא ליגט דער אלטער שיכור"...
|
|