בית פורומים בחדרי חרדים

ברור - כל מי שהיה במקלט או בממ"ד תיקני לא נפגע כלל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2026 21:07 לינק ישיר 
ברור - כל מי שהיה במקלט או בממ"ד תיקני לא נפגע כלל


שיהיה ברור לכוווולם,

במלחמה האחרונה, כל מי שהיה במקלט או בממ"ד תיקני (לא חדר מחוזק)

לא נפגע כלל, גם לא נשרט.............

לכו לממ"דים או למקלטים ובזמן ! ! !

מיד עם ההתרעה לרדת למקלט,

ובעזרת השם, לא תיפגעו.







דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2026 10:01 לינק ישיר 

היינט ביי נאכט וועלן מיר אפרעכטן דעם סדר און איך שטעל מיר פאר א סצענע ווי א ייד זיצט אינעם
ענגן מקלט אויף א פלאסטיק בענקל און מאכט דעם הסיבה אויפן שכנ'ס פלייצע און עסט די מצה.

זאגט אים דער שכן: "וואס טוסטו? עס איז דאך נישט באקוועם?

ענטפערט ער: זיי נישט קיין נאר, דאס איז די העכסטע מדרגה פון חירות! די איראנער מיינען אז זיי
האבן אונדז אריינגעטריבן אין מקלט, אבער איך ווייז זיי אז אפילו דא, צווישן די ברעטער פון די
סוכות, פארזשאוועטע ביציקלעך, און פארשימעלטע ספרים, בין איך א-בן חורין און איך עס מיט הסיבה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2026 13:09 לינק ישיר 

אני מדבר עם קרובת משפחה מבוגרת מבני ברק, הבנין לידה נפגע והיא מספרת לי על כל הנסים שקרו שם, על היולדת שהיתה במרפסת עם התינוק כשהטיל פגע בבנין ועל ההוא שבדיוק היה אצל השכנים ואני מתפוצץ. אמנם שומר פתאים ה' אבל יהודי אמור לעשות השתדלות, ויש גבול כמה פתאים מותר להיות. יש התראות, יש אזעקות, יהודים, תשמרו על חייכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2026 11:26 לינק ישיר 

לך תדע.

די סיבה דערפון איז זייער פשוט: פון קלוגע, שארפע, און אינטערעסאנטע ניקיס איז שוין לאנג קיין
זכר נישטא. אלע זענען אנטלאפן. היינט איז דער פארום געווארן ווי א ליידיקער פאבריק וואס האט
אויפגעהערט די פראדוקציה.

וואס איז שוין געבליבן דא צו זען? ווי איינער שרייבט אז ער האט געזען אין הימל פייגל פליען? אדער
ווי אן אנדערער שרייבט אז ער האט געגעסן א קארטאפל און א צוויטער ענטפערט אים: נארישקייטן,
ס'איס געווען א בולבע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2026 23:40 לינק ישיר 

דער מצב פונעם פורום איז ליידער ליידער צו בדוירען. ס'איז מיר אינטרעסאנט די סיבה פון דעם

תוקן על ידי לךתדע1 ב- 28/03/2026 23:41:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 14:15 לינק ישיר 

לך תדע, א שיינעם דאנק פארן קאמפלימענט. דער פארום גייט בארג ארופ און א חוץ איר מיט נאך
געציילטע ניקיס איז נישטא וואס צו טאן דא.

עס שטייט אין די ספרים אז מקווה איבערצייגט דעם מענטש אז מען קען זיך "רייניגן" און אנהייבן
פריש. א ייד גייט אין מקווה מיט אלע דאגות פון דער וואך, די נייעס, די מלחמה, די קורבנות וואס
זענען אמגעקומען - און ער קומט ארויס א נייער.

די גמרא זאגט אז 'מקווה' איז לשון 'תקווה'. פונקט ווי מיר גייען אריין אין וואסער און מיר גלויבן אז
מיר וועלן ארויסקומען ריין, דארפן מיר האבן די האפענונג אז פונקט ווי דער 'שעון קיץ' ברענגט מער
ליכטיקייט, וועט די שבת קודש אונדז ברענגען רואיקייט, ליכטיקייט, און מנוחה, אפילו אין די שווערע
אנגעצויגענע צייטן. 

גוט שבת.







תוקן על ידי גרשום ב- 27/03/2026 14:19:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 13:45 לינק ישיר 

צו לעקן די פינגערס, דו ביסט דער קוואל פון די יידישע שפראך פונעם פורום. אתה עוד מקבל הזמנות לפני שבת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 13:33 לינק ישיר 

והנה עבור זה שפנה אליי באישי.

א ייד שטייט נעכטן 2 א זייגער ביי נאכט און רוקט דעם זייגער פאראויס מיט א שעה. ער גיט א קרעכץ: אוי,
רבונו-של-עולם, מע רוקט דעם זייגער פאראויס, גיב זשע א רוק די גאנצע מלחמה פאראויס, צו  'נאך דער
מלחמה'.


איינער זיצט אין דעם הייסן 'בור' אין מקווה און האלט אין איין מסביר זיין זיינע גאנצע סטראטעגיע: מען דארף
אזוי מאכן, און אזוי מאכן, דעמאלט וועט מען זיגן די מלחמה און דער רעזשים וועט זיך צעפאלן.

פרעגט אים א צווייטער ייד וואס זיצט לעבן אים: "ר' ייד, אויב איר זענט אזא גרויסער גענעראל, פארוואס זיצט
איר דא אין מקווה און נישט אין 'בור' אין קריה אין תל אביב?"

ענטפערט ער אים: ווייל דארטן קען מען נישט זיצן נאקעט... און אן דעם האב איך נישט די ריכטיגע אינספיראציע".








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 12:27 לינק ישיר 

לך תדע.

הנה אחת בשבילך.

די אזעקה פייפט שטארק און אלע לויפן אין מקלט אריין. נאר איינער זלמן, שטייט אינדרויסן אויפן
באלקאן און קוקט אין הימל מיט גרויס כוונה. שרייט אים דער שכן פון מקלט: זלמן, ביסט משוגע?
לויף אריין! ס'איז סכנת נפשות!". 

ענטפערט זלמן מיט רואיקייט: "זארג דיך נישט. איך בין נישט קיין סקרן... איך קוק נאר צי די כיפת
ברזל ארבעט גוט ווייל איך האב א חלק אין די שטייערן וואס באצאלן דערפאר".


אני מחלק רק אחת למי שמבקש. מי שרוצה שיפנה. איך האב א גאנצן זאק פון דעם..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 11:57 לינק ישיר 

א שיינעם דאנק און זיי ממשיך צו שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 05:07 לינק ישיר 

רציף, הנה אחת בשבילך, אבל לא אוכל להיענות לבקשתך לעשות זאת בעברית, כי ביידיש יש לזה טעם מיוחד.


אין מיטן דער גאס אין בני ברק שטייען הונדערטער סקרנים ארום אן ארט וואו א טיל איז געפאלן. יעדער שטופ זיך,
און יעדער האט "מבינות" צו זאגן.

איין ייד אן עלטערער "מיבין", שטייט מיט די הענט פארלייגט אונטערן רוקן, קוקט טיף אריין אין דעם לאך און שאקלט
מיטן קאפ מיט גרויס חכמה: "נו,... איר זעט? דאס איז א טיל בליסטי" זאגט אים דער וואס שטייט לעבן אים: "וואס
רעדסטו? דאס איז א מצרר.

רופט זיך אן דריטער סקרן און זאגט: "איר ביידע רעדט נארישקייטן. דאס איז א טיל מיט חכמה, AI הייסט דאס"
פרעגן אים די צוויי "פון וואו ווייסטו דאס? האט ער דען געהאט א מחשב דארט אינעווייניג?"

ענפערט ער מיט א שמייכל: "ניין, אבער קוקט נאר ווי קלוג איז ער געווען... ער איז געפאלן פונקט אויף אן ארט וואו
פינף הונדערט סקרנים זאלן זיך קענען פארזאמלען און זאגן "מבינות".


אם יש עוד מישהו שמעוניין שאמשיך, אז שיבקש. ואם אין אסיים כאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2026 00:45 לינק ישיר 

גרשום, נשמח לעוד, עדיף בעברית. תודה רבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2026 19:52 לינק ישיר 

א ייד לויפט גלייך פון באד-צימר אין מקלט אריין מיט א העמד אן הויזן. פרעגט אים דער שכן,
קלמן! וואס איז דאס? ווו זענען די הויזן?

ענפערט קלמן מיט כעס: "וואס פרעגסטו מיך שאלות? ווען דער אזעקה פייפט פרעגט ער מיך
צי כ'האב שוין אנגעטאן די הוזן? זיי צופרידן אז כ'האב נשט פארגעסן די גאטקעס?"

אם יהיה ביקוש לעוד, אענה בשמחה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2026 19:36 לינק ישיר 

אין א בני-ברק'ער מקלט טרעפן זיך אלע שכנים צום פינפטן מאל אין איין נאכט, יעדער איינער 
שטייט מיט אן אנדער פיזשאמע.

זאגט איין ייד צום צווייטן: זעסטו, שוין צען יאר וואס מיר וואוינען אינעם זעלבן בניין און כ'האב
נישט געוווסט אז דו טראגסט פיזשאמעס מיט 'מיקי מאוס' בילדער...

ענפערט דער צווייטער: "און איך האב נישט געוווסט אז דו גייסט שלאפן מיט א גארטל. ווער
פון אונדז איז מער משוגע?"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2026 12:08 לינק ישיר 

א ייד לויפט אריין אין שוץ-קאמער מיט איין פוס אין א שיך און די צווייטע פוס בלויז אין א זאק.

פרעגט אים דער שכן: "בערל, וואס איז דאס? האסט נישט געקענט אנטאן דעם צווייטן שיך?

ענפערט ער: דאס איז מיין נייע סיסטעם: אויב עס הערט זיך א שטארקער "בום" און ס'פאלט
אראפ א ציגל אויף דער רעכטער פוס, האב איך דעם שוך זיך צו היטן. און אויב ס'ספאלט אויף
דער לינקער פוס.... נו, פאר וואס זאל איך קאליע מאכן א גוטן שוך?!" 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2026 09:06 לינק ישיר 

בוא נאמר שאם בערד הם היו יודעים בוודאות בהתראה המקדימה שהבניין שלהם ייפגע תוך דקה היו עפים כולם למטה כמו טטלך , כמו למשל הבדיחה שחלק היו ישנים במוצש בשעה 10 וחצי .כל אחד יודע שמשפחה חרדית " טובה" הילדים הולכים לישון מאוחר מאוחר כי למה לנהל סדר יום נורמלי... בקיצור כמו משפחה חרדית "טובה" שלא מלבישה מסכות בקורונה וילדים קטנים חוצים כביש לבד ובונים תוספות בניה מסוכנות ולא נשמעים להוראות בעוד מלא דברים כי הם יודעים יותר טוב אז שלא ייתפלאו שזה התוצאה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > בחדרי חרדים > ברור - כל מי שהיה במקלט או בממ"ד תיקני לא נפגע כלל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext