|
|
| נשלח ב-27/3/2026 13:33 |
|
| |
והנה עבור זה שפנה אליי באישי.
א ייד שטייט נעכטן 2 א זייגער ביי נאכט און רוקט דעם זייגער פאראויס מיט א שעה. ער גיט א קרעכץ: אוי, רבונו-של-עולם, מע רוקט דעם זייגער פאראויס, גיב זשע א רוק די גאנצע מלחמה פאראויס, צו 'נאך דער מלחמה'.
איינער זיצט אין דעם הייסן 'בור' אין מקווה און האלט אין איין מסביר זיין זיינע גאנצע סטראטעגיע: מען דארף אזוי מאכן, און אזוי מאכן, דעמאלט וועט מען זיגן די מלחמה און דער רעזשים וועט זיך צעפאלן.
פרעגט אים א צווייטער ייד וואס זיצט לעבן אים: "ר' ייד, אויב איר זענט אזא גרויסער גענעראל, פארוואס זיצט איר דא אין מקווה און נישט אין 'בור' אין קריה אין תל אביב?"
ענטפערט ער אים: ווייל דארטן קען מען נישט זיצן נאקעט... און אן דעם האב איך נישט די ריכטיגע אינספיראציע".
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2026 14:15 |
|
| |
לך תדע, א שיינעם דאנק פארן קאמפלימענט. דער פארום גייט בארג ארופ און א חוץ איר מיט נאך געציילטע ניקיס איז נישטא וואס צו טאן דא.
עס שטייט אין די ספרים אז מקווה איבערצייגט דעם מענטש אז מען קען זיך "רייניגן" און אנהייבן פריש. א ייד גייט אין מקווה מיט אלע דאגות פון דער וואך, די נייעס, די מלחמה, די קורבנות וואס זענען אמגעקומען - און ער קומט ארויס א נייער.
די גמרא זאגט אז 'מקווה' איז לשון 'תקווה'. פונקט ווי מיר גייען אריין אין וואסער און מיר גלויבן אז מיר וועלן ארויסקומען ריין, דארפן מיר האבן די האפענונג אז פונקט ווי דער 'שעון קיץ' ברענגט מער ליכטיקייט, וועט די שבת קודש אונדז ברענגען רואיקייט, ליכטיקייט, און מנוחה, אפילו אין די שווערע אנגעצויגענע צייטן.
גוט שבת.
תוקן על ידי גרשום ב- 27/03/2026 14:19:52
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2026 23:40 |
|
| |
דער מצב פונעם פורום איז ליידער ליידער צו בדוירען. ס'איז מיר אינטרעסאנט די סיבה פון דעם
תוקן על ידי לךתדע1 ב- 28/03/2026 23:41:07
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2026 11:26 |
|
| |
לך תדע.
די סיבה דערפון איז זייער פשוט: פון קלוגע, שארפע, און אינטערעסאנטע ניקיס איז שוין לאנג קיין זכר נישטא. אלע זענען אנטלאפן. היינט איז דער פארום געווארן ווי א ליידיקער פאבריק וואס האט אויפגעהערט די פראדוקציה.
וואס איז שוין געבליבן דא צו זען? ווי איינער שרייבט אז ער האט געזען אין הימל פייגל פליען? אדער ווי אן אנדערער שרייבט אז ער האט געגעסן א קארטאפל און א צוויטער ענטפערט אים: נארישקייטן, ס'איס געווען א בולבע...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2026 13:09 |
|
| |
אני מדבר עם קרובת משפחה מבוגרת מבני ברק, הבנין לידה נפגע והיא מספרת לי על כל הנסים שקרו שם, על היולדת שהיתה במרפסת עם התינוק כשהטיל פגע בבנין ועל ההוא שבדיוק היה אצל השכנים ואני מתפוצץ.
אמנם שומר פתאים ה' אבל יהודי אמור לעשות השתדלות, ויש גבול כמה פתאים מותר להיות.
יש התראות, יש אזעקות, יהודים, תשמרו על חייכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2026 10:01 |
|
| |
היינט ביי נאכט וועלן מיר אפרעכטן דעם סדר און איך שטעל מיר פאר א סצענע ווי א ייד זיצט אינעם ענגן מקלט אויף א פלאסטיק בענקל און מאכט דעם הסיבה אויפן שכנ'ס פלייצע און עסט די מצה.
זאגט אים דער שכן: "וואס טוסטו? עס איז דאך נישט באקוועם?
ענטפערט ער: זיי נישט קיין נאר, דאס איז די העכסטע מדרגה פון חירות! די איראנער מיינען אז זיי האבן אונדז אריינגעטריבן אין מקלט, אבער איך ווייז זיי אז אפילו דא, צווישן די ברעטער פון די סוכות, פארזשאוועטע ביציקלעך, און פארשימעלטע ספרים, בין איך א-בן חורין און איך עס מיט הסיבה.
|
|
|
|
|