| נשלח ב-21/12/2003 08:41 |
|
| |
די אמת אינטער די מלחמת הארטיסטן
ברוך השם אלוקי השמים, עס איז שוין ווידער לעבעדיג אין די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט, אויב איז עס נישט קיין שמאלע געפאסטע קליידער איז עס עירוב, אין ווען דעס וועפט שוין אויך טרעפט מען עפעס אנדערש דאס מאל מיט א פריש געקרוינט קראנקהייט וואס רופט זיך ארטיסטן, יא חסדי ה' כי לא תמנו, קען זיך דען א קליין מח ווי וואס אינז פארמאגן פארשטעלן וואס די ליידיגע זעק שומרי חומותינו וואלטן ווען געטין ווען די פרישע עבירות חמורות וואס מען איז אויף זיי מחויב מסירות נפש וואלט ווען נישט ערשינען? ווער וואלט ווען אויף די "עסקנים" אויפגעפאסט? ווער וואלט ווען געעפנט א מויל קעגן די חברה ווען זיי וואלטן זייער הענט אנגעפילט מיט די ריכטיגע פירצות וכדו,? נאר ווי באוויסט איז דאך אינזער באשעפער א גיטער, ומדרכו הטוב להטיב האט ער פין אינז פארמיטן די דאזיגע פלאג מיט א מאדנע אבער ווינדערליכע אופן, די באשעפער האט אין די אזוי געריפענע התאחדות העסקנים וכלי קודש אריין געשיינט א ווינדעליכע אור אז זיי זאלן זיין כלל טיערס אין מתקן זיין די דור, נו מעשי שטן מישט זיך תיכף אריין אין זעהט אויסצוניצן די הייליגע אורות צום שלעכטן מורא האבנדיג אז זיי וועלן טאקע עפעס אויפטיען מיט זייער הייליקע ווערק, זעהט די שטן זיי צו פירן אויף א נישט ריכטיגע וועג אין פיטערט זיי מיט אזעלכע נעריש קייטן ווי געפאסטע קליידער, עירוב, אין ארטיסטן…
נערישקייטן??? רחמנא ליצלן וועט איר אוודאי שרייען, וויאזוי קענט איר אפילו אזוי זאגן? נאר וואס דען די אמת איז אז פאר יעדער איינער וואס האט אפענע אויגן איז דאס ווי א פריש קאלירטע בילד, אין ווי א דינער אינמיטן א העלן טאג, אדרבא שטעלט אייך אפ אין טראכט א מינוט, איז דען טאקע אלעס אין די קאלטור וואס מיר טיען דערמיט וואוינען אזוי כשר אין גלאט אז מיר זאלן דארפן ארויס נעמן אלע אינזער וואפן פאר די "ברעקלעך"? מען דארף דאך ממש זיין א בלינדער, א טויבער, אין איבער אלעס א טאטאל משיגענער נישט איינציזעהן אז עפעס שפילט זיך אפ דא אינטער אינזער אויגן בכלל מיט אלע אזוי געריפענע מערכות אין הייליגע ווערק, אין בפרט מיט די וועלטס מלחמה וואס איז פאריפען געווארן, נישט דארך רבנים נאר דארך עפעס א פריש התאחדות העסקנים וכלי קודש קעגן די פלאגעניש מיטן נאמן ארטיסטן, על כן טייערע ברידער לאמיר אביסל צונעמן די זאך אין זעהן אויף וואספארא פיס מיר שטייען דא.
די ניי זעלבסט געקרוינטע התאחדות – דעת בעל הבית היפך דעת תורה.
עס איז מאדנע ביז גאר אז די אחריות נעמער'ס פאר די מודעות אין רעקלאמעס וואס זענען פאבליצירט געווארן ברחובות חוצה איבער די שרעקליכע מגיפה, איז עפעס א ניי פריש זעלבסט געקרוינטע התאחדות העסקנים וכלי קודש רבותי עורו ישנים משונתכם, הערט עץ וואס דא גייט פאר? נישט קיין דיינים נישט קיין רבנים נאר עסקנים אין כלי קודש, קען מיך איינער ענטפערן:
--פארוואס איז נישט דא קיין חתימות פין רבנים אויף די נושא?
--פארוואס שעמען זיך די דאזיגע עסקנים אין כלי קודש ארויס צו שרייבן זייער נעמען?
די תירוץ פארשטייט זיך, גרינג צו פארשטיין אין צו ענפערן איז אז עס איז נישט פארהאן קיין רבנים אין די נושא, אין אז מען האט אוודאי נישט געבעטן קיין דעה פין דיינים אין מורי צדק, נאר די אזוי געריפענע עסקנים אין כלי קודש האבן דא אן אגענדע פין זייער אייגענס (אזויוי עס וועט אי"ה פאבלאצירט ווערן אינעם נעקסטן ארטיקל) ועל פיהם ישק חלומותיהם.
די נייע מצווה פין שביתת ווילימסבורג וואס איבער דעם איז דערקלערט געווארן די טרור - מלחמת הארטיסטן.
די אויבן דערמאנט עסקנים מאכן א לענגס אין א ברייטס כאילו דאס וואוינען אין ווילימסבורג איז פינקט אזא מצווה ווי שביתת ארץ ישראל, אין דערפאר ברויך מען אלעס איבער צולאזן אין גיין אין מלחמה אריין קעגן די וואס ווילען דא קויפן דורות, אין די וואס זייער האנדל איז אין ריל עסטעיט ברויכן זיך זיכען עפעס אנדערש לויט זייער החלטה, אפשר קענען מיר די פרעדיגער ענפערן:
--פארוואס איז ווילימסבורג עפעס אנדערש ווי די איסט סייד אין מאנהטן, אדער קרוין הייטס, וואס דארט איז געווהן די זעלבע ערשיינונג?
--ווער אז נישט זיי האלטן אין איין פרעדיגן אז מיר זענען אין גלות אין אז אידן האבן נישט קיין רעכט צו דערקלערן בעלות איבער א לאנד ביז משוח וועט קימען?
--וואס איז דעס אנדערש ווי די וואס האבן זיך געוואלט שפארן געלט אין האבן געוואוינט אין די פראדשזעקטס אלע יארן אינטער איין דאך מיט שחורים אין שקצים, לדעתי איז עס די זעלבע, סך הכל דא וויל א איד מאכן נאך א דאלער אין דער גוי איז גרייט עס צו געבן.
--אויב עץ פרעגץ מיר? איך קען באשטיין אז די ארטיסטן זאלן קימען ווי די היישיריקן אין מצרים אין אינז פארטרייבן פין דא, ווי איז די שכל? איז דען וויליאמסבורג די עולם התיקון אז מוויל זיך דערפין נישט שיידן? איז דאס טאקע דאס פלאץ וואס עס איז די מערסטע ראטזאם פאר אינזער קינדער אויפציוואקסן? ודבז"ל.
כח התורה אדער כח הזרוע?
ווער עס ליינט נאר די מודעה וואס די "כלי קודש" האבן אריין געלייגט אין די וועכענטליכע צייטונגן אין צייט שריפטן קען קלאר זעהן ווי ווייט דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה, אין אז די ריקן ביין פין די אקטיוויטעטן וואס ווערן דא דורך געפירט איז פין עפעס גאר א "בעל – הבעתישע" מקור.
א קורץ איבער בליק פין די לשונות וואס ווערן געניצט אין די מודעה:
--איבער צו געבן די נעמן פין די יעניגע…
--זאל מען קענען נעמען די ריכטיגע שריט…
--פארעפענטליכן די נעמען אין די אדרעסן פין די פורצים…
--אפציהאלטן דעמאנסטאציעס פארנט פין די הייזער פין די פורצים…
--מפרסם צו זיין די נעמען פין די קהלות און מוסדות… אדער קהלות וועלכע וועלן צוטיילן סיי וואספארא עהרע פאר די פורצים…
איך מיין אז קאמענטארן זענען איבריג, אין אז כל המוסיף מסביר צו זיין די עקעלהאפטיגקייט פין די שורות איז פשוט גורע, דערפאר וועל איך ביי דעם בלייבן אויף דעם נושא, חוץ פין צוצילייגן אז עס איז היפש אינטרעסאנט צו זעהן ווי אפאר יחודים ווילן זיך דא אזויוי אין די עבר משתלט זיין אויף מענטשן עד כדי כך אז זיי זענען גרייט זיך צו באניצן מיט וואספארא מיטל שייך זאל עס אפילו זיין טרור אבי דורך צו פירן, אוי ווי נידריג האלטן מיר?
סוף דבר - נקודה למחשבה
עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער די אינטערעסן אין כוונות פין די "עסקנים" ואי"ה עוד חזון למועד, היות איך האב יעצט אבער גערעט מיט איינער וואס איז גרויס אין ריעל עסטעיט אין ער האט מיך איבער געגעבן פרטים איבער די צביעות פין די וואס שטייען אינטער די מערכה האב איך מחליט געוועהן אייך מיטצוטיילן מיט די אויבערשטע שורות.
עס איז ווינדערבאר ציצוזעהן ווי די עולם גולם קויפט אפ די שטותים אין בויך וויי וואס די זעלבע וואס האבן פרובירט זייער אויסגעשפילטע מזל ביים עירוב פרובירן יעצט מיט די ארטיסטן אלעס ווייל זיי זענען בנעשיקלעך אין עס פאסט זיי נישט צו גיין נעמען א דשאב פינקט ווי א נורמאלען מענטש, זיי מאכן זיך נישט די חשבון אז קימען וועט א טאג וואס זייער קלון אין חרפה וועט נתגלה ווערן לעין כל אין דעמאלס וועלן זיי זיך טרעפן ווי דער וואס האט גע-קטנ'ט אין מארק אינטער א טראק אין די טראק איז אוועק געפארן אינדער מיט.
(תודה להמנהלים החשובים פארן געבן רשות אויף צו עפענען א פריש אשכול אין די הייסע נושא)
יא עס איז שוין טאקע קאלט אינדערויסן, מען ברויך שוין דעם קוטשמע, ווער האט זיך געגלייבט, אזוי שנעל?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2003 00:07 |
|
| |
דברים כדורבנות
מי עומד מאחורי הסיפור?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2003 21:23 |
|
| |
עס צירקולירט א בריוו פון ר' אברהם לייטנער ווי ער ציט צוריק פון דעם "ארור" קעגן די וויידרע ברידער.
ווייסט עמיצער פון דעם בריוו?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2003 21:25 |
|
| |
מן הסתם
איז דאס געווען א הסכם צווישען די ברודער אין ר אברהם לייטנער?
איז ר אברהם בכלל געקומען צו דין תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2003 21:48 |
|
| |
מלחמת־האַרטיסטן (אַרטיקל פון שלום בערגער אין פֿאָרווערטס)
http://www.israblog.co.il/blogread.asp?blog=5801
כאָטש מײַן אַרטיקל איז אַרויס אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס, האָט מען אים ניט אַרויסגעגעבן אויפֿן וועבזײַטל, כ´ווייס ניט פֿאַר וואָס. די אונטנדיקע ווערסיע איז ניט אויסרעדאַקטירט ווי דער געדרוקטער נוסח, און דערפֿאַר נעמט עס אַרײַן אַ פּאָר גרײַזן.
איז זײַט זשע מוחל. כ´קוק אַרויס אויף באַמערקונגען. אַגבֿ, כ´האָב ניט פֿאַרגעסן וועגן ענין זשורנאַלן, כ´וועל זיך אי"ה נעמען צו דעם אין די קומעדיקע טעג.
אַרטיסטן און חסידים: די סיבות הינטער אַ נײַעם קולטורקאַמף אין וויליאַמסבורג
וויפֿל סאַטמערער חסידים וווינען אין אַמעריקע? יעדער שאַצט אָפּ אַנדערש זייער צאָל. נאָר פֿון די צווישן פֿופֿציק און הונדערט טויזנט וווינט אַ היפּשער טייל אין וויליאַמסבורג, וואָס אַ סך חסידים רופֿן אים „ירושלים דאַמעריקע.'' וווּ וווינען די טויזנטער ייִדן, און ווי קען זײַן גענוג פּלאַץ אין וויליאַמסבורג פֿאַר זיי אַלע?
ווען די סאַטמערער, דעמאָלט ניט קיין מאַסן־באַפֿעלקערונג, האָבן זיך אַרײַנגעקליבן אין וויליאַמסבורג אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, איז דער עקאָנאָמישער באַרג־אַראָפּ פֿון ברוקלין שוין געווען אין פֿולן גאַנג. די סיבות פֿאַרן דאָזיקן אַראָפּפֿאַל זײַנען פֿאַרשיידענע, נאָר אָנגעהויבן האָט זיך די מעשׂה מיטן ברוקלין־קווינס־גיכשטראָז (בי־קיו־אי), וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1954. דער דאָזיקער שאָסיי האָט אַראָפּגעבראַכט דעם עקאָנאָמישן ניוואָ פֿון גאַנצן געגנט, און באַזונדערש וויליאַמסבורג. אַ דרײַפֿאַכיקער קריזיס – עקאָנאָמישע צעפֿאַלונג, נאַרקאָטיק, פֿאַרברעכערײַ – האָט אַרומגעכאַפּט דעם ראַיאָן, און סײַ געשעפֿטן (באַזונדערש די שווערע אינדוסטריע), סײַ די אײַנוווינער פֿון די מיטעלע שיכטן האָבן געמאַכט פּליטה.
דאָס דאָזיקע אַנטלויפֿן האָט צוגעשפּילט פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, וואָס האָבן אויסגענוצט די אַראָפּגעפֿאַלענע דירה־געלט און גענומען זיך אַרײַנציִען. געווען איז אויך, אָבער, אַזא מין סאָציאַלער פּאַראַדאָקס: כאָטש די שטאָט־רעגירונג, ווי אַ פּרוּוו אויף „שטאָטישער באַנײַונג'', האָט אַראָפּגעוואָרפֿן אַ צאָל צעפֿאַלענע דירות־הײַזער אין די 1950ער און 1960ער, און אָנגעהויבן בויען נײַע, איז די צאָל נײַע דירות־הײַזער ניט געווען גענוג צו דערפֿילן די באַדערפֿענישן פֿון די נײַ־אַרײַנגעגקומענע. האָבן די דאָרטיקע אײַנוווינער געדאַרפֿט זיך קאָנקורירן (איידל גערעדט) איבער די באַגרענעצטע וווינערטער.
ביז די מיטעלע 1970ער יאָרן האָט דער דעמאָקראַטישער פּאָליטישער „מאַשין'' געגעבן די אייבערהאַנט די חסידים איבער די שפּאַנישע. אויך דעמאָלט האָבן די וויליאַמסבורגער חסידים, אפֿשר ווי קיין מאָל שפּעטער, שטרענג געהאַלטן די קהלשע דיסציפּלין און געשטימט אין אַ בלאָק לויטן רבינס באַפֿעל. נאָר ווען די שפּאַנישע האָבן זיך גענומען פּאָליטיש אָרגאַניזירן, און די שטימרעכט־געזעצן האָבן פֿאַרווערט דאָס אויסשליסן בירגער צוליב ענגליש־קענטענישן אָדער דעציִונג, האָט דער באַלאַנץ גענומען זיך איבעררוקן ביז אַ פּאָליטישער גלײַכוואָג צווישן די חסידים און די שפּאַנישע.
דער יאָרצענדליק פֿון די 1970ער יאָרן האָט אפֿשר געזען דעם שפּיץ פֿון די סאַטמערער און שפּאַנישע קהילות ווי די „גלאַוונע'' צווישן וויליאַמסבורגער גרופּעס, און די כּלערליי רײַבונגען וואָס האָבן זיך מער ווי איין מאָל אָפּגעהילכט אויף די נײַעסזײַטן פֿון ניו־יאָרקער צײַטונגען. דורך די 1970ער און 1980ער יאָרן זײַנען זיך די צוויי גרופּעס אָפֿט מאָל צוזאַמענגעשטויסן איבער דער סאַמע לעבנספֿראַגע: וווּ קען מען וווינען, און ווי אַזוי קען מען פּועלן בײַ דער רעגירונג, זי זאָל אויפֿבויען דירות־פּראָיעטן וואָס זײַנען פּאַסיק פֿאַר די אייגענע (און ניט, חלילה, די פֿרעמדע)?
די 1980ער – דער אָנהייב פֿונעם סוף?
עטלעכע פֿאַקטאָרן אין דעם פּעריאָד האָבן פֿאַרשאַרפֿט דעם דירות־מצבֿ בײַ די וויליאַמסבורגער חסידים. ערשטנס, איז אין 1979 ניפֿטר געוואָרן דער סאַטמער רבי, הרבֿ יואל טייטלבוים. כאָטש זײַן פּלימעניק האָט איבערגענומען דאָס רבנות, האָבן זיך באַלד צעקריגט די אייניקלעך (אַהרן און זלמן לייב), שאַפֿנדיק אַ שפּאַנענדיקע מעשׂה אין המשכים וואָס שפּילט זיך אָפּ עד־היום אין קרית־יואל, ירושלים, און וויליאַמסבורג. יענע צעשפּאַלטונג בײַ די סאַטמערער, צוזאַמען מיטן צוּוווּקס פֿון אַנדערע וויליאַמסבורגער חסידותן (למשל בעלז און קלויזענברעג) האָבן אָפּגעשוואַכט די אייניקייט פֿון דער סאַטמערער קהילה.
צווייטנס, האָבן די ערשטע „פּיאָנערישע'' באָהעמער, פּליטים פֿון באַרײַסערשין, מאַנהעטנער דירה־געלט, אָנגעהויבן באַזעצן זיך אין ברוקלין. און דריטנס – און אפֿשר אַרויסגערופֿן פֿון דער „ערשטער כוואַליע'' באָהעמער – האָט מען אין 1985 לעגאַליזירט דאָס פֿאַרדינגען בוידעם־שטיבער (בלעז „לאָפֿטס'') אין וויליאַמבסורג. עס קען זײַן אַז קומעדיקער היסטאָריקערס פֿון אַמעריקאַנער חסידים וועלן פֿאַרשרײַבן יענעם בײַט, ווי דער אָנהייב פֿון דעם סוף פֿון חסידישן וויליאַמסבורג.
דער נײַסטער ווליאַמסבורגער קולטורקאַמף: „מילחמת־האַרטיסטן''
יענע באָהעמער, וואָס האָבן זיך גענומען באַזעצן אין וויליאַמסבורג אין די מיטעלע 80ער, האָבן אַלע איין נאָמען בײַ די סאַטמערער. מע רופֿט זיי „אַרטיסטן'', און מ´איז זיי גאָר שטאַרק חושד. די „אַרטיסטן'', ווידער, געבן די חסידים דעם זעלבן „קאָמפּלימענט''. יעדער אינטערנעץ־לייענער קען גאָר גרינג טרעפֿן וועבזײַטן, וווּ באָהעמישע יונגע־לײַט באַליידיקן זייערע חסידישע „לענדלאָרדס'', אָדער חסידים מאַכן ווילדע אָנצוהערענישן וועגן דער אויסגעלאַסנקייט פֿון די „אַרטיסטן''.
ווער זײַנען די „אַרטיסטן''? די גרופּע נעמט אַרײַן צווייערליי מענטשן: ראשית, אַרטיסטן פּשוטו־כּמשמעו, ד"ה קינסטלערס וואָס האָבן זיך אַרײַנגעקליבן אין וויליאַמסבורג כּדי הנאָה צו האָבן פֿון די גאַלעריעס, אויסשטעלונגען, און אַנדערע קינסטלערס – אַלץ פֿאַר פּרײַזן וואָס וואָלטן געווען אוממעגלעך אין מאַנהעטן. קינסטלערס ווילן דאָך זײַן מיט אַנדערע קינסטלערס, און ניו־יאָרק איז באַרימט ווי אַ שטאָט וואָס דערמעגלעכט אַזעלכע קליינע אַרטיסטישע קהילות. נאָר די קאַטעגאָריע „אַרטיסטן,'' ווי די חסידים פֿאַרשטייען זי, נעמט אויך אַרײַן סתּם יונגע־לײַט וואָס ווערן צוגעצויגן צו וויליאַמסבורג און זײַן באָהעמישן לעבננסשטייגער, אָנגעפּיקעוועט מיט קלובן, באַרן, און הוליאַנקעס כּל־המינים.
אין דער דאָזיקער יוגנט־קולטור, און איר קאָנטראַסט מיט דער חסידישער קולטור, שטעקט טאַקע דער הײַנטיקער קאַמף. אין די פֿאַרגאַנגענע וואָכן האָבן חסידים אַדורכגעפֿירט עטלעכע דעמאָנסטראַציעס קעגן די „אַרטיסטן'', אָדער, פּינקטלעכער, קעגן די בעלי־בתּים פֿון דירות־הײַזער וואָס האָבן פֿאַרדונגען זייערע דירות די דרויסנדיקע באָהעמער. אַז מע פֿרעגט חסידים פֿאַר וואָס מע האַלט ניט פֿון די אַרטיסטן, זײַנען די אָפּרופֿן פֿאַרשיידענע. טייל זאָגן, אַז זיי זײַנען פּשוט צו אַנדערש: למשל, זיי האָבן ניט קיין פֿירהאַנגען אויף די פֿענצטער; מע זעט בײַ זיי מאָדנע בילדער אויף די ווענט; זיי פֿירן הינט אויף די גאַסן. טייל זאָגן, ווידער, אַז זיי זײַנען ערלעכע, נאָר אַז זיי נעמען צו בײַ די חסידים זייערע וווינערטער. זיי פֿאַרבײַטן דעם חסידישן וויליאַמסבורג אויף זייעריקן – אַ באָהעמישן וויליאַמסבורג. און פֿאַרשטייט זיך, זײַנען אויך פֿאַראַן די, וואָס פּאָסמאַקעווען זיך מיט ווילדע מעשׂיות פֿון כּלומרשטיקן „אַרטיסטישן'' פּריצות.
די דעמאָנסטראַציעס, און די צוקונפֿט
ס´איז שווער צו בעטן אָפּרופֿן בײַ די „אַרטיסטן'' אַליין, ווײַל זיי זײַנען אַ פֿאַרשידן־מיניקע קהילה. דער שׂכל איז מחייבֿ, אַז זיי ווילן דאָס אייגנס וואָס יעדער ניו־יאָרקער: ביליקע, שיינע דירות וואָס זײַנען צוגעפּאַסט צו זייער שטייגער לעבן. דער חסרון אָבער, וואָס זייער לעבנסשטייגער איז גאָר אַנדערש ווי בײַ די חסידים, און אַז בעלי־בתּים פֿון דירות־הײַזער פֿאַרדינען אַ סך מער געלט בײַם פֿאַרדינגען בוידעמשטיבער די אַרטיסטן, איידער פֿאַרדינגען פֿולשטענדקע דירות אָדער הײַזער – פּשוט דערפֿאַר, וואָס מע קען פֿיל מער פֿון די ערשטע אַרײַנקוועטשן אין איין בנין.
די דעמאָנסטראַנטן (וואָס זײַנען פֿאַקטיש קליינע, ניט־אָפֿיציעלע גרופּקעלעך) האָבן אויסגעקליבן ווי זייער הויפּטציל דווקא דעם גרעטש־בנין, דער איינציקע פֿון די נײַע וויליאַמסבורגער דירות־הײַזער וואָס זײַן בעל־הבית איז אַ ניט־היימשער (ד"ה ניט־חסידישער) פֿרומער ייִד. כאָטש עס ווײַזט אויס, אַז די פּראָטעסטן האָבן טאַקע אויסגעפּועלט (די געשעפֿטן אויפֿן פּאַרטער וועלן זײַן „נאָרמאַלע'', ד"ה ניט קיין באַרן אָדער נאַכטלאָקאַלן) זײַנען שוין דאָ אַ צאָל אַנדערע בנינים, וווּ די בעלי־בתּים, שוין פֿון די היימישע (אָדער גאָר גוייִם) לאָזן זיך ניט שפּײַען אין קאַשע פֿון אָנגעפּאַטשקעטע פּלאַקאַטן אויף אַ שלעכטן ענגליש.
אויף געוויסע חסידישע „טשעט־רומס'' (שמועס־וועבזײַטן) קען מען שוין זען, ווי מע זיכרונעוועט וועגן די „אַלטע גוטע צײַטן'' פֿון חסידישן וויליאַמסבורג. אפֿשר איז די אינוואַזיע פֿון די „אַרטיסטן'' נאָר די ערשטע כוואַליע פֿון דער נײַער באַפֿעלקערונג, וואָס וועט אַרויסטרײַבן די חסידים פֿון יענעם ראַיאָן, און אַרײַן אין אַ צווייטן, מיטן וואַנדערשטעקן אין האַנט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2004 07:34 |
|
| |
מצורף קובץ
High-Rent District
Money, morals clash in Williamsburg as chasidim protest deluxe influx.
Julia Goldman - Staff Writer
Broadway used to be the southern boundary of hipster Williamsburg. Now it is the front line in the Brooklyn neighborhood's latest turf battle.
The Gretsch Building, a new condominium development at 60 Broadway, a few blocks from the East River, is drawing the ire of neighborhood residents who fear the infiltration of outsiders with loose lifestyles and big bank accounts.
Advertisements for the Gretsch Building claim that ''no luxurious detail has been overlooked,'' from Subzero refrigerators and granite countertops to ''exotic Australian Jarrah wood.'' The rap artist Busta Rhymes, whose hits include ''Break Ya Neck'' and ''Pass the Courvoisier Pt. 2,'' is rumored to have purchased three of the 130 units, which range from a $300,000 studio to $2 million penthouses. According to the building's sales agency, just over half of the building is under contract, with doors slated to open this year.
But while the 10-story former musical instrument factory offers Manhattan skyline views, it also towers over the threshold to chasidic Williamsburg, home to a growing population of roughly 55,000 Jews. Many of them see the development as the point of a wedge that threatens to pry them from their well-established but overcrowded enclave.
''We feel that this particular building and others that are coming are a face-to-face confrontation for our long-term commitment to the community,'' Ari Estereicher, a lifelong Williamsburg resident who has participated in a series of protests against the development, told The Jewish Week.
Some demonstrators have bemoaned the ''liberal'' values of potential newcomers to Williamsburg's South Side, having watched in recent years as streets to the north filled with art galleries, boutiques and restaurants — making the neighborhood one of New York's hottest social destinations.
Yiddish-language posters that recently sprung up on the streets south of Broadway express what sources say is widespread fear and bitterness. One poster foreshadows disaster: ''It took eight seconds for the Twin Towers to fall. How long will it take Williamsburg?''
Another poster accuses anyone who rents to artisten of sinning and causing others to sin.
But money, more than morals, is at issue for the hundreds of protesters who gather on this stretch of asphalt in the shadow of the Williamsburg Bridge. A banner hanging across an adjacent building informs prospective Gretsch buyers, ''The neighborhood is not welcoming the Gretsch Building. We need affordable housing.''
They won't find it at 60 Broadway. In an area where apartments had been selling for $200 a square foot, units at the Gretsch Building start at twice that.
''We have no problem with the artists,'' Estereicher said, referring generally to young urban professionals. ''We have a problem with the price tag.''
With large families and small incomes, the chasidic community will be priced out of their neighborhood if the Gretsch Building sets the market rate, sources say.
Luxury developments are cropping up all over Williamsburg. Over the past decade, lower rents lured artists and other young urbanites to the once solidly working-class neighborhood, especially the Polish and Italian sections along the L-train subway line.
Eventually the area filled with refugees from Manhattan rents — and with boutiques, sleek eateries and late-night bars to serve them. Rents skyrocketed, more than doubling in some areas. Many in this so-called ''hipster'' class spread northward into Greenpoint and east into Bushwick or moved away altogether.
''Landlords are reluctant to give you long-term leases,'' said a bartender at Diner, a bistro across the street from the Gretsch Building who is renting a one bedroom for $1,500 a month. Soon a water taxi will link north ''Billyburg'' with Manhattan, increasing the neighborhood's cachet.
Williamsburg's South Side has been the scene of ongoing and often bitter competition for housing between chasidim and Hispanics. But until now the neighborhood's southern reaches have been largely immune to spreading gentrification from the north.
The change is due in large part to efforts by community groups, working with the Giuliani administration, to rezone swaths of commercial Williamsburg for residential use. As a result of those efforts, groups like the United Jewish Organizations of Williamsburg and Los Sures, a Hispanic housing advocacy group, have successfully used political clout and moral suasion to get concessions for affordable housing from developers.
The section of Broadway where the Gretsch Building stands was part of those rezoning efforts, and protesters say they expected the building's owners to volunteer a percentage of the apartments for lower income residents. So far, they have not.
''We don't own New York City,'' Estereicher said. ''But we do have a right to the property we rezoned. They're using our work for their purpose.''
Adding to the protesters' disappointment, they say, is that the building's current owners, as well as developers behind several other luxury developments on the South Side, are Jewish and have strong ties to the Jewish community.
Calls seeking comment from the owner/developers, Martin and Edward Wydra, were not returned at press time. Asked about the protests, Daniel Cordeiro, director of research services for the sales agent, Corcoran Marketing Group, said: ''I don't think anyone can argue. Everyone wants affordable housing.''
But, he said, the Gretsch Building's deep loft spaces, although large, are not conducive to the multiple bedrooms needed by large families. And with three-bedroom units all measuring more than 1,900 square feet, ''That is simply too large to be called 'affordable.' ''
Rabbi David Niederman, the executive director of UJO, has been a prime mover in the rezoning effort, but said his organization is staying out of the fray.
''The UJO is not involved in protests and that type of activity,'' he said, adding, ''Of course we would like to see as much low-income and affordable development'' as possible.
The UJO's focus has been on land-use changes, Rabbi Niederman said, and the Gretsch Building was rezoned before the current owners bought the property.
''Our efforts are on low-income and affordable development,'' he said. ''The Gretsch is not one of those developments.''
But protesters say they will continue to air their outrage in the hope that the Wydra brothers and other developers on the South Side will come around.
''We have invested millions of dollars in schools and shuls and community facilities,'' Estereicher said. ''We just cannot walk away from here.''
But if the Gretsch Building's history is any indicator, concerned residents in Williamsburg should prepare to play hardball. Before the building ownership changed hands in 2002, two dozen artists living there were forced out — after living without electricity and other services for months — because they had all signed commercial leases.
''It is such a shame that another working-class neighborhood has become so upscale that landlords feel justified in behaving with such viciousness to make room for higher profits,'' one former Gretsch tenant, Mery Lynn McCorkle, told The Jewish Week in an e-mail from California. ''I don't know how working families can stay there. I couldn't afford to stay.'' n

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2004 05:06 |
|
| |
האם יכול להיות יותר גרוע מהשכנים ההיספנים שממלאים כל חלקה טובה של וויליאמסבורג?
האם אנ"ש שהסתדרו עם אלה במשך שנים בגשמיות וברוחניות חושבים שאלה יהיו יותר גרועים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2004 17:15 |
|
| |
One morning I read in the paper about a turf battle brewing in the half Hasidic, half hipster section of Williamsburg, Brooklyn. At a Satmar protest against a trendy new condo development, a flier is handed out, asking the "Master of the Universe" to "please remove from upon us the plague of the artists, so that we shall not drown in evil waters, and so that they shall not come to our residence to ruin it." Cultures keeping close quarters doesn't always lead to harmony.
I understand the desire to ward off outside influences, but I've always preferred the mixed districts of the city. Dodging homogeny seems to be one of the main reasons to live here. But that's an outsider's perspective, I suppose. As an encroacher myself, I'll stick to where strangers are welcome
ן
http://www.jewsweek.com/bin/en.jsp?enPage=EmptyPage&enDisplay=view&enDispWhat=object&enDispWho=Article%5El1059&enZone=Articles&enInfolet=PrintVersion.jsp&enVersion=0&
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2004 18:49 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס מען זאגט פאר די דרויסענדיגע גאס, אידען האבן אויך אוועק גענומען די געגענט פון גוים וואס זענען דא געווען פאר מיר זענען אהער געקומען ?
|
|
|
|
|