בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א שרעקעדיגר שנארער וואס לאזט נישט נאך...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2003 17:37 לינק ישיר 
א שרעקעדיגר שנארער וואס לאזט נישט נאך...

דער נודנאק איז שוין ווידער דא!

טייערע אידן, אפשר העלפט איר מיר דא מיט אן עצה.

איך וואון אין וויליאמסבורג, די לעצטע פאר וואכען האב איך נישט קיין מנוחה.

עפעס א געוויסער גרוש, א הויכער מאן, שטארק באוואקסען און מיט א גאר א פרומער טראגע, לאנגע פיאות און א מאיומדיגער צורה, א גאקאנטער פיגור פון די וויליאמסבורגע נשמהלעך. האט זיך אראפגעלאזט אויף מיין געגענט, ער לויפט פון איינעם צום צווייטען פאר גרויס געלט. פרעגט מיך נישט פארוואס ער דארף אזויפיל געלט, אבער זיין געשליפען נוסח איז אז ער גייט ארום פאר א בנש"ק, א הייליגער משפחה וואס לעבט און שווערע אומשטענדן מיט גאר גרויסע חובות.

אין אמת'ן גייט שוין דער גרוש ארום יארן לאנג נאך געלט, אייביג מיט אן אנדערן אויסרייד, אבער אין די לעצטע פאר וואכען האט ער זיך פארלייגט דייקא אויף מיין גאס. ער איז מוראדיג ווילד און אגרעסיוו אין זיין צוגאנג ארויסצושלעפן געלט, יעדער נאכט ווען איך קום אהיים צו מיין דירה, איך נעם מיך ארויס די שליסלען צו עפנען מיין טיר, שפראצט ער מיר ארויס ווי פון אונטער די נאז, פרעגנדיג ווי וואונט דער און דער? ווען איך ענטפער אים אז קיינער וואונט נשיט דא. הייבט ער אן א שמועס און מיט זיין חנופה רייד, ביז ער קומט צום ווארט און בעט מיר פאר געלט. ווען איך ענטפער אים אז איך האב נישט ענטפערט ער מיר אז ער וועט מיך ארויפבאגלייטען ביז צו מיין הויז אויפזוכען עפעס ביים רעביצען געלט, ווען איך דריי מיך ארויס מיט אלע מיטלען דערלאנגט ער מיר א "האנט שעיק" אנציווינטשען א ברכה אז מארגען זאל איך שוין האבן...

וואס טוט מען דא? איך ווייס ער גייט קומען היינט. אפשר האט אייך שוין אויך באטראפן דעם אומגליק? ווער קען מיר העלפן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2003 23:57 לינק ישיר 

היינט איז ער אנגעקומען צו מיר
(אויב עס איז דער זעלבער מענטש)
א פלאטשיגע היט שווארצע פיאות
ער זאגט אז ער האט א כולל און מאנרא
ווער ווייסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2003 18:58 לינק ישיר 

נין זשויבוי, מיינער איז א ריין לויטער רעביש קינד וואס גייט אן ברילען, פאר זיך אין טאש.

דיינער האט חאטש ברילען און גייט חאטש פאר ר' מאיר בעל הנס אדער אנדערע אפענע צוועקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2003 18:53 לינק ישיר 

1) די מיינסט דעם מיט די ברוינע בארד; וואס ביי חתונות גייט ער ארום מיט א גרויסע טאץ?

2) די מיינסט דעם מיט די ברוינע בארד; וואס און די זומער פארט ער ארום מיט א ביציקל?


3) די מיינסט דעם מיט די ברוינע בארד; וואס האט חתונה געהאט זיווג שני מיט א שווארצקע גיורת?

4) די מיינסט דעם מיט די ברוינע בארד; וואס פלעגט אמאל העלפן דעם מוזיקאנט (לעוו) שלעפן די ווערקצייג?


5) די מיינסט דעם מיט די ברוינע בארד; איך האב נאך אסאך קשיות אויף עם, אבער לאמיר קודם זעהן אויב מען רעדט דא פונעם זעלבן מענטש.


תוקן על ידי - jewboy - 31/12/2003 3:43:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2003 18:28 לינק ישיר 

He sounds scary he was pretty normal in a sense a rabish kind but he kind-of deteriorated lately. I use to schmooze with him a lot in his younger days. I think he is divorced. I am not sure about his true motives.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2003 18:20 לינק ישיר 

He stopped me once on the street and ask me if i have a sec the look in his eyes smelled green so i just walked faster and told him i dont have time right now





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א שרעקעדיגר שנארער וואס לאזט נישט נאך...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext