בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די "אמת" אונטערן מלחמת העירוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/1/2004 16:26 לינק ישיר 

וואס זענען די 3 גרעסטע עבירות???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2004 16:33 לינק ישיר 

לערנען דף היומי
טראגען מיטען עירוב
דאבעל פארקען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2004 16:39 לינק ישיר 

no
לערנען דף היומי ביים כותל אויף עברית....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2004 16:42 לינק ישיר 

כותל... רחמנא ליצלן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2004 19:14 לינק ישיר 

דער טיפש פיינער שרייבט בזה הלשון

אינז אידישע קינדער ווייסן,אז א ווארט וואס א צדיק אמת האט געזאגט, איז חי וקיים, עס איז נצחוית, אין בינדעט גאנץ כלל ישראל!!!!!!,

נישט קיין חילוק צו הייט ער ,
פאפא רב זי"ע
צו סאטמאר רב זי"ע
צו ר' יונתן שטייף זצוק"ל
צו ר' מיכאל דוב ווייסמאנדל זצוק"ל
צו שאפראנער רב, אדער שארמאשער רב,א.א.ו.

דאס איז אבער נאר ביי א צדיק אמת!


זעט אויס אז די ווייסט נישט אז די אלע גדולים זזענען געגאגען אין פייער פאר א עירוב אין רוב פון זיי זענען געגאנגען אין פייער עס זאל זיין א עירוב אין וויליאמסבורג

אז די גלייבסט נישט זאג מיר דעם גדול וועל איך דיר ברענגען וואס ער שרייבט

אבער ווען איך קוק צוריק ווי די שרייבסט פאר פייער און פאר וואסער האלט איך אז אין בין א טיפש פאר דיר ענטפערן בכלל

בושנו מכל עם אז די חברה ווי מנשה פיליפף שטעלן זיך פאר די פארטרעטער פון שיטת רבהקוה"ט זי"ע ועכי"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2004 19:39 לינק ישיר 

מ' לערנען נישט די זעלבער דף מיט זיי אויף'ן זייער סקעדזשול. ר' משה זאבערמאן זאגט א דף יומי שיעור אין שומרי שבת, אבער קיינמאל נישט זייערע דף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2004 19:10 לינק ישיר 

בארא פארק

לאמיר כאפן א שמיס איבער דיינע לעצטערע געשרייבעכצער.

די האסט געשריבן:

די גייסט מער נישט שרייבן וועגן עירוב:
לדעתי וועסטו נאך אסאך שרייבן , ווייל א נישט ערליכער איד קען זיך נישט איינהאלטן, אזוי ווי מ'זעיט ביי המן , עס שטייט ויסאפק המן ווי קען זיין אז ער האט זיך געקענט איינהאלטן ? זאגט (כ'מיין דער ) בני יששכר אז וויבאלד ער האט געגעסן פונעם סעודה פון אסתר, האט ער באקומען א ניצץ דקדושה, ממילא האט ער זיך געקענט איינהאלטן, מיר וועלן נישט מעריך זיין וואס ער פירט אויס,
די קוקסט אויס אזוי ווייט פון אידישקייט , שווער צו זאגן אז די האסט נאך א ניצץ דקדישה , ממילא וועסטו מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן.


פיינער10 ווי א קינד א פיצעלע בעבי:
קודם וואס רעדסטו מיט אזא כעס?,
און נאך דעם,
איך וועל דיר זאגן, ער רעדט טאקע ווי א קינד.........
ער רעדט ווי שלא טועם טעם חטא! ער נעמט זיך אן פארן באשעפער מיט א אמת'קייט.


דייעריע אויפן צונג:
געפעלט דיר דאס שפרוך-ווארט הא!!!!!!!!
נישט אויף לאנג וועסטו דאס איבערשרייבן אזוי ווי די שרייבסט איבער, אלע רייכע ווערטער וואס די ליינסט ביי אנדערע!,

האסט נישט וואס צו ענטפערן:
איעדע קינד פארשטייט,נישט דער וואס ענטפערט די לעצטע איז גערעכט, נאר דער וואס ענטפערט מיטן אמת!!!.


איך גיי נישט אין טעיאטער:
פון דין דעת קל אין געמיינע געשרייבעכצער זעיט מען, אז אפי' אויב די גייסט נישט , ביסטו ראו' צו גיין, די ביסט פון דער סארט,


איך קום אין ביהמד"ש לערנען איעדע נאכט:
עס מוז נישט זיין , גאנץ מעגליך דאס איז אויך איינע פון דיינע שקרים, אבער אויב קומסטו יא לערנען גלייב איך נישט אז די לערנסט,
אין דאס וואס די שרייבסט צומאל יא עפעס תורה, איז נאר וואס די געדענקסט נאך פון אמאל, פון דער איגענט, ווי מ'זעיט טאקע אז די ברענגסט דאס אראפ אינגאנצן פארדרייעט ה"י,


אזוי מיאוס צו שרייבן אויפן קלויזענבורגער רבי,די זיכסט נישט דעם דעת תורה נאר סתם נצחון:
קודם כל ווי קענסטו זיך אזוי אננעמען פארן מאנטיווידעא רב,
ווען די אליין שרייבסט ארויפצור אז "ער האט א פאליטיק אגענדע וכדומה" אין אז ער איז "פשוט פון די קעלבלעך",
אין לויט דיר "אחים לדעה" וועט דער קלויזענבורגער, דער "עכטער גדול ישראל" אין זיין ביכל דברי יציב זיגן, ער שרייבט דאך אז עס טאר נישט זיין קיין עירוב אין וויליאמסבורג???,


די נאכשרייערס ווערן ווייניגער אין ווייניגער:
יא! יא ! 100 פראצענט, טאקע אזוי,
ווייל קיינער טראגט נישט, עס איז נישט דא אויף וועם צו שרייען!!!


איך קען א פארפרימטער חילל שבת.... :
אין אפשר זענען אלע ירושלים'ער אידן אדער תולדות אהרן'ע אפגעפרעגט ? , ווייל עס געפונט זיך אזא איינער ביי זיי???,
די שוטה.........


איך האב דרך ארץ פאר "אלע " ערליכע אידן:
נאר די קענסט זיך קריגן מיט אלע רבנים פון וויליאמסבורג! די ביזט יא פארן געוועזענעם עירוב אין וויליאמסבורג! אויב ס'איז געווען,


מ'זעיט טאקע
אזוי ווי מ'האט געזאגט אז א דעת קודש פון א צדיק אמת, למשל ווי פון סאטמאר רב ז"ל, איז מחייב גאנץ כלל ישראל! ,האבן אלע מקולקלים אין חסר דעה זיך גענימען שפרינגען, ווי גלאך מ'וואלט זיי ארויפ געגאסן פעפער אויפן וויידל!,
מ'האט אנגהויעבן מתיר זיין דף היומי אין לערנען אויף עברית!!! ר"ל,
שפעטן פון די דריי גרעסטע עבירות, א.ד.ג.


דרך אגב
גיין צום כותל האט די רבי ז"ל קיינמאל נישט גע'אסר'ט , ער האט נאר געזאגט אז מ' זאל זיך אפהאלטן דערפון,
וזלש"ק "לדעתי לדעתי זאל מען זיך אפהאלטן פון גיין צים כותל ביז משוח וועט קומען"עכל"ק.



צו דיר
Yeedle


שעם זיך פארן פארשעימען אין שפעטן פון אזא תלמוד חכם- גדול בתורה און ערליכער איד ווי הרה"ג ר' מנשה פילאפף שליט"א.
ווייל עס שמעקט דיר נישט אז ער שרייט אויס בראש כל חוצות, דעם דעת קודשו פונעם רבי'ן ז"ל,
אויף דיר איז געזאגט געווארן אין לו תרופה למכתו.......................


נ.ב.
אז איך שרייב שוין, וויל איך פרעגן:
איך האב ארויס געפרינט די גאנצע געטיינעריי פון דעם אשכול, איך האב געזען יעצט אז ביי "עכטער"פעלט א שטיקל,

עס איז געשטאנען אינדערמיט דארט ביי"אין די אויסגעאיידלטע נשמה!,> וואס באקט מעשוית איבער מיידלעך, וואס קיינער האט נישט קיין השגה דערפון (אפשר איז דאס געווען אויף א צווייטן קאנטינענט, מעגליך אויף די זין, אין פון דארט קומסטו, אראפ פון זינען)<.
ווי אזוי קען מען שפעיטער אראפ נעמען שטיקלעך ?










דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2004 17:55 לינק ישיר 

עס האט מיך לעצטנס זייער געבאדערט עפעס מיט דער אשכול. היינט האב איך טאקע אדורך געליינט דער גאנצער אשכול און איך האב עס ענדליך געטראפען.

וואס איז אן עירוב? איך וועל דיר זאגן איין פאל. א מענטש ואינט אין א בילדונג וואס האט א פאר דירות דערין, ווען מ'קומט אריין פון דער גאס איז דא אזא מין פאליש וואס באלאנגט פאר אלע איינוואוינערס גלייך. כדי מיר זאלן קענען טראגן אין דער פאליש מוז מען מאכען אן עירוב.

דער גאנצער פראבלעם איז מיט די גרויסע צוה"פ! אז איך וויל נישט האלטען דערפון, בין איך טאקע א אינו מודה בעירוב רח"ל???

אויב איך וועל נישט מאכען א עירוב תבשילין, אדער איך וועל נישט מאכען א עירוב חצירות פאר מיין פאליש בין איך טאקע דאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2004 18:42 לינק ישיר 

אמת

אויב די האלטס נישט פון א גרויסע צורת הפתח ביסטו א אינו מודה בעירוב

יא
דארפטס זיך נישט שעמען ווייל אין וויליאמסבורג איז דא פארשידענע רע-בנים וואס זענען אינם מודים בעירוב
ממילא ביסטו נישט אליין אויפן מארק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2004 15:34 לינק ישיר 

רבותי!

ווער עס וויל האבען אן אמת'ן עונג שבת און נישט דארפן ליינען טריפא'נא בלעטער ברויך נאר אריינקוקען אין דעהם נאצי וואכן בלאט מיטען נאמען "משמרת חומותינו". עס איז ריכטיגע Entertainment!

איך רעד שוין נישט פון די "אפענע גראבע" שקרים וואס דארט שטייט, נאר סתם שטותים מיט לאקשען, בויך סברות וכדומה. איך האלט נישט אויס קיין איין וואך אהן דעהם. א וואך וואס עס קומט נישט ארויס האב איך נישט קיין רואיגע שבת!

Keep up the good work!

תוקן על ידי - בארא_פארק - 19/04/2004 15:37:03



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די "אמת" אונטערן מלחמת העירוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext