בין חיים למוות
נעכטן פארנדיג אהיים פון CANADA איז די וועג געווען געפערליך שניידיג און גליטשיג.
דער דרייווער וואס האט אינגאנצן א האלב יאר לייסנס איז געפארן אויף 50-60 מפ"ש, איך האב עם געשריגן פאר שטאטער, די זעהסט נישט אז ס'איז גליטשיג און שנייאיג?
און ער זאגט ס'איז גארנישט, איך וויל שוין זיין אינדערהיים. נאך לאנגע געבעטן האט ער אנגעהויבן פארן שטאטער און איז ער אראפ צו 40 מפ"ש, און כ'האב עם געבעטן צו פארן נאך שטאטער, שוין ענדליך האט ער מיר געפאלגט און געפארן אויף 15-25 און אזוי זענען מיר געפארן.
דער דרייווער זאגט מיר אבער אז נאך די בארדער וועט מען שוין יא פארן שנעלער. האב איך געזאגט ניין, ווייל @ליסט ביז א שעה נאך די גרעניץ איז אויך די וועטער אזוי.
און ווי חכם האט ער נישט געפאלגט דעם טיפש, און האט אנגעהויבן פארן ווי א יצמח, איך האב געטראכט צו מיר איך גיי שלאפן ענדערש זאל איך נישט זעהן וואס ער טוט.
און אין אינמיטן געט ער מיר אוועק אויף אלי. וואס טוט מען דא? קוק וואס ס'איז געשעהן? איך געב מיר א זעץ אויף און איך פרעג עם די ערשטע זאך אויף וויפל ער איז געפארן? זאגט ער 15 מפ"ש! איך האב געזאגט פון פארן אויף 15 קומט מען נישט אן דא, ממש לעבן די בארג אראפ, מ'איז אריין און א פאניק וואס טוט מען? דארט קומען קארס מיט טרעילערס, נו אלי וואס טוה איך דא? כ'האב עם גענטפערט מיט אזא רואיגקייט פאר ווייטער אויף 15 וועסטו זיך נישט ספינען אינמיטן וועג אזוי שטארק.
אבער אזוי ווי איך האב געזעהן אז א טרעילער'ס דערנענטערן זיך, און די קאר האט היבש ארויסגעשטעקט אינמיטן הייוועי, (איין עק איז געווען ממש ביים בארג אראפ און איין עק אינמיטן די הייוועי) איך האב עם געזאגט לייג און פארק לייג די פיס אויפן ברעיק שטופער לייג די שטעקן און R און פאר שטאטלעך, און אזוי ווייטער, איך זאג ענק ממש מיין נשמה איז מיר געווען און די האנט.
איך האב עם אנגעהויבן צו באפאלן אויף א איידעלע אויפן (ער איז געווען גענוג דערשראקן).
די ווייסט וואס ס'וואלט געשעהן ווען די קאר איז אביסל מער און די לופטן פון די פראנט?
די ווייסט אז ס'ווארט דיר א שטוב מיט קינדער אינדערהיים?
די ווייסט אז דיין ווייב שלאפט נישט רואיג ווייל זי ווייסט די וועטער און מאנטריאל און אין אפ סטעיט?
די ווייסט אז די האסט איינגעשטעלט דריי מענטשנס לעבן יעצט?
שוין אונז פארן ווייטער, איך האב עם געבעטן סטאפן און א רעסט עריע און איך האב עם געזאגט גיי טרונק עפעס וואסער, זאגט ער אז ס'איז שמוציג.
האב איך עם געזאגט אז ווען אונז פאלן ווען אראפ דארט אונטן וואלסטו אויך געטרונקן שמוציגע וואסער מיט גראז זאמד שניי זיי נישט אזא נפקא און טרונק וואסער יעצט, און וואס מיינט עטץ? ער האט מיר געפאלגט.
איך האב עם געבעטן אז יעצט זאל ער זעהן צו פארן שטאטער, און ער האט מיר שוין איינמאל געפאלגט.
אינמיטן איז די וועג געווארן בעסער און מ'האט אנגעהויבן פארן שנעלער, אינמיטן בום'ס טראך ס'איז גליטשיג שוין ווייטער די קאר האט זיך געגבן א ספין 4 מאל און א מזל אז ס'איז געווען א געיט ביי די זייט ווען נישט וואלט עטץ מער נישט געהאט קיין Jewboy און ס'וואלט געווען נאך אפאר יתומים און די מארקעט.
איך האב עם געזאגט אויפגערעקטערהייט אבער איידל, גיי ארויס פון קאר און זעץ דיר פליס אויפן פעסנגערס זיץ.
יענער ווייסט אז איך האב נישט קיין לייסנס אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ער זאגט די האסט דאך נישט קיין ליינסנס ווי אזוי גייסטו דרייווען? זאג איך עם איך דרייוו שוין 10 יאר אן קיין לייסנס און איך מיין אז איך דרייוו נאך אלץ אביסל בעסער פון דיר.
די דרייווסט קוים א האלב יאר און קוק די ביסט שוין כמעט נישט געווען בין החיים. פליז לייג דיך שלאפן און כ'וועל דיר אויפוועקן און מאנראו.
איך האב איבערגענומען די רעדל.
פארשטייט זיך אז כ'בין געפארן זייער שטאט,און אנקומענדיג און מאנראו האב איך עם אויפגעוועקט און געזאגט יעצט קענסטו דרייוון.
ער האט איבערגעומען די רעדל, און איז געפארן אסאך אסאך שטאטער ווי פריער זעהט אויס די ס"מ איז עם נאך געווען און הארץ.
אנקומענדיג און ב"פ האב איך עם געזאגט פליז גיי צו שומר שבת און בענטש גומל, זאגט ער ווייטער ווי א חכם, אבער איך דארף שוין זיין ביי די ארבעט.
זאג איך עם שוין נערווזערהייט און ארבעט דארפסטו גיין? פריי דיך אז די ביזט נישט און טהרה שטיבל יעצט.
די וועג האט טאקע גענומען אלעס צו זאמען פון מאנטריאל ביז ב"פ 11.5 שעה, אבער ב"ה ס'איז גארנישט געשעהן.
 |
|
|