ת"ת קינדר נעמן איבער די גאסן
יעדן טאג פון 12:00 ביז 2:00 בערך ווערן צענדליגע גאסן אין אלע יודישע געגנטער פארשפארט און די תלמוד תורה קינדר ווערן בעלי בתים. זיי נעמן עמטליך איבער די גאסן. זיי שפילן און לויפן ארום אויפ די גאס כדי צו האבן פרישע כוחות צו גיין לערנען.
מ'קען זיך דרייען א האלבע שעה מיט א קאר אנצוקומען צוויי גאסן. און די טראפיק קען זיך אמאל ציען צענדליגע בלאקס צוליב דעם.
די ערגסטע איז ווען מ'ווייסט נישט פון פאראויס און מ'יאגט זיך געפערליך אין אפיס אריין און מפאלט נעבעך אריין אין די ביטערע נעץ וואס האט נישט קיין וועג ארויס
איך מיין מ'וואלט שוין געדארפט עפעס טוען דערוועגן.
דא האט איר א שטיקל ליסט. (ווער ס'ווייסט נאך ביטע צולייגן).
באבוב חדר 48 סט. 15-16
סאטמערע חדר 53 סט. 13 -14
וויזניץ חדר LEE AVE. TALOR-DIVISON AVE
פאפא חדר WILSON ST.
די גאס איז זייערס
|