מצורף קובץא קליינעם באריכט פונעם שבת מיטן ראש ישיבת לוצערן.
פרייטיג מיטאג האט מען שוין געזעהן ווי די פארקינג לאט פון די גרויסע ווינדעם האטעל ווערט פילער אין פילער מיט קארס פון ארום די גאנצע וועלט. ניו יארקער, ניו ג'ערסי, מאנטריאלער, טוראנטו'ר, אוהייהאער, פליעט'ס.
די יוצאי ישיבה יונגלייט האבן איבער גענומען קאנטרול אויף די האטעל, עס איז געווען רגעסטרציע קאנטער טישן, ווי מען האט באקומען שליסלעך צו די שיינע הערליכע צימערן, אנשטאט די גויים וואס ארבעטן דארט האט מען געזעהן די יונגעלייט מיט די שטריימלעך און היטן שטייען ביים קאנטער און נעמען קעיר פון די ג'אָסט געקומענע געסט.
ארום 3:00 אזייגער האט זיך דער עולם געזעצט צו די ווארימע טועמיה וואס איז געווען צוגעגרייט ביי שיין געדעקטע טישן.
3:30 האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן צו פארלערנען א חומש רשי שיעור מיט שיינע אינטרעסאנטע פערל ווערטער.
שבת איז אויך געווען זייער שיין און אין אינטרעסאנט, וואס מען קען עס נישט באשרייבן מיט צען פינגערס.
איבער 250 צימערן זענען געווען פארדינגען במשך דעם שבת פארן עולם, אין דאס איז אינקלאדעט געסט פון ארץ ישראל, לונדון, קנדה, די אויסלענדישע געסט זענען געקומען ספעצעיל מיט צו האלטן דעם געהויבענעם שבת.
מוצ"ש האט זיך אנגעהויבן א רייכער פראגראם, עס האבן זיך באטייליגט טויזנטער טויזענטער, פון אלע עקן פון ניו יארק און אין דער וועלט.
היינט וועט דער ראש ישיבה וויילן אין מאנסי.
<א חלק פון די געטרייע עסקנים>

 |
|
|