מיר וועלן אנהייבן א סעריע פון באשרייבונגען פון אלע גרויסע און בעקאנטע רבי'ס און רבנים פונעם לעצטן דור דאס הייסט פון נאך די מלחמה לויט די סדר הא-ב ס'זאל נישט ווערן קיין מחלוקת
הגאון הצדיק המפורסם רבי יוסף פאנעט ז"ל די דעעשער רבי איז געעוען בעקאנט אלס די אילאנדא רב
ער איז געווען די זוהן פון די כנסת יחזקאל ער איז געבוירן געווארן אין שנת תרנ"ה אין אויוואר
דער אילאנדא רב איז געווען פון דישענסטע רבנים וואס האבן געלעבט אין אמעריקא נאכן קריג און האט זיך געראטעוועט מיט כמעט אלע זיינע קינדער
ער האט ער געגרינדעט זיין ביהמ"ד אין וויליאמסברוג
זיינע קינדער זענען די בעקאנטע דעשע רבי'ס
הרבנים ה"צ
רבי צבי מאיר זצ"ל
רבי שמואל יהודה שליט"א
רבי אלימלך שליט"א
רבי בעריש שליט"א
אזוי אויך האט ער געהאט איידעמער גדולי ישראל
ווי הגה"צ רבי יוסף משה מייזעלס אב"ד אויוואר זצ"ל
הגה"צ רבי אלעזר מייזליש זצ"ל אב"ד אוהעל
הגה"צ רבי צבי הירש מייזעלס זצ"ל אב"ד ווייצען
ולהבחל"ח
הגה"צ דער באבאווער רבי שליט"א וואס זיין חתונה איז געווען איינע פון די גרעסטע היסטארישע חתונות נאך די מלחמה
דער דעשער רבי איז געווען א מתמיד עצום ער איז נסתלק געווארן י' אב תשכ"ב
נשלח ב-30/1/2004 06:42
אוהעל
איינע פון די חשובסטע רבנים נאכן חורבן איז געווען הגה"צ רבי אלעזר מייזליש זצ"ל דער "אוהעלער רב" פון שיקאגא
דער אוהעלער רב איז געווען א זוהן פון הגה"צ
בעל בנין דוד פון אוהעל זצ"ל
זיין חשובער זוהן איז דער באקאנטער הגה"צ רבי בעריש שליט"א רב פון 53 פון די אנגעזעהנסטע רבנים אין ב"פ
אזוי איז אויך געווען א אוהעלער רב
הגאון האדיר רבי שלום ווייס זצ"ל וואס האט ארויסגעגעבן צענדליגער ספרים
קיין אוהעל פלעגן זיך צאמקומען טויזענטער אידן אינדערהיים אין טאג פון די יאהרצייט פון ישמח משהאב"ד אוהעל
די לעצטע רב פון אוהעל איז געווען הגה"צ דער בעל בנין דוד דער פאטער פונעם פריער דערמאנטער אוהעלער רב
ער איז געווען א צאנזער און סיגוטער אייניקל
און איז געווען פון די חשובסטע רבנים אין אונגארן
נשלח ב-30/1/2004 06:29
הגה"צ אודוואריער רב ר' שלום שליט"א איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער אין שנת תרע"ט אין די שטאט ראצפערט צו ווי עס פלעגן זיך אלעמאהל צוזאמענקומען פיל מיט רבנים און רבי'ס וואס זענען געקומען צופאהרן צו די רבי'ס וואס האבן געוואינט אין ראצפערט
דער אודוואריער רב שליט"א האט אזוי ארום זוכה געווען צו קענען דער עצי חיים דער מנחת אלעזר דער בעלזער רב רבי אהרן זצ"ל איז געווען זיין סנדק דערנאך ווען זיין פאטער איז אוועק נאך אין יאהר תרצ"ז דערציילט אלעמאהל די אודוואריער רב ווי הרה"צ רש"א האט אים מכתיר געווען אלס אודווארי רב
אזוי ארום איז די אודוואריער רב כמעט פון די איינציקסטע רבנים וואס זענען נאך פון די אלטע היים
אין דער בלאט ווערט דער אודוואריער רב שליט"א אסאך מאהל באשריבן און באטיטלט אלס דער זקן הרבנים
דער אודוואריער רב האט זוכה געווען באפרייט צו ווערן צוזאמען מיט רביה"ק זי"ע אין טאג פון כ"א כסלו
דער אודוואריער רב שליט"א איז בעקאנט אין דער עולם התורה אלס בעל דברי שלום זייענדיג דער מחבר פון די צעהן בענדער דברי שלום שו"ת
דער אודוואריער רב איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק צו זיין דער יו"ר פון בית הוראה ווי ער ענטפערט יעדן טאג הונדערטער שאלות
אמאהל האט זיך רביה"ק אויסגעדרוקט אז אזא תלמיד חכם ווי דער אודוואריער רב איז שווער צו טרעפן אין אמעריקא
איינע פון די גרעסטע פעולות וואס דער אודוואריער רב האט געטוהן פאר'ן כלל ישראל איז געווען דער אופן ווי אזוי ער האט זיך צוגעשטעלט צום עירוב
מיר ווינטשן אים אריכות ימים ושנים
עוד ינובון בשיבה
נשלח ב-30/1/2004 06:20
די ערשטע סעריע באשטייט פון
אודווארי
אוהעל
אילאנדא
איצא מנהל התאחדות הרבנים
אראד
נשלח ב-30/1/2004 06:10
אונגארן מיר וועלן אנהייבן מיט רבנים יוצאי אונגארן אזוי ס'זאל ח"ו נישט אויסברעכן א מחלוקת צווישן די יוצאי אונגארן מיט די יוצאי פולין וגאליציא און דערנאך לויט די א-ב אלע רבנים פון גאליציא ושלום על ישראל