|
|
| נשלח ב-12/2/2004 02:44 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פארט קיין א"י
אויף 15 עוו. פון 48 ביז 50סטער גאס ווערן צוגעגרייט לעמפלעך און מען הענגט אויף סיינס צום מעמד צאתכם לשלום פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
דער באבובער רבי שליט"א פארט דעם מוצ"ש יתרו קיין ארץ ישראל. אלע באבובער חסידים וועלן זיך דעם מוצ"ש צוזאמנקומען ארום 8 אזייגער ביים הויז פונעם רבי'ן שליט"א און איהם באגלייטן מיט געזאנג עטליכע גאסן, און אין נאכדעם אין עירפארט.
ווי עס איז שוין באריכטעט געווען דא אויף הייד פארק און אין אלע צייטונגן וועט דער רבי שליט"א פירען א געהויבענע שבת שקלים אין בני ברק, אין א גינגאטישער שאטער אויף רח' כהנמן.
א ריזיגע עולם חסידים פארן פון ניו יארק און פון ארום די וועלט קיין ארץ ישראל אויף שבת שקלים, צו זיין מיט'ן רבי'ן שליט"א אין בני ברק.
x-Jewboy
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2004 07:38 |
|
| |
באבובער רבי שליט"א האלט יעצט אינמיטן פליען צוריק קיין ניו יארק, עס וועלן אפווארטן אין לופט פלאץ הונדעטער חסידי באבוב מארגן פארטאגס.
די פליגער קומט אן 5:45 צו ג'עי עף קעי.
די רבי שליט"א וועט גלייך גיין פון עראפלאן צום קאר, אן דארפן א דורך גיין די גאנצע לופט פלאץ.
(אויב איך וועל נאך זיין אויף מנהסתם וועל איך ארויס פארן)
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2004 10:24 |
|
| |
איך האב נאך אסאך בילדער פון באבוב'ער רבי אין ארץ ישראל, און אזוי אויך האב איך בילדער ווי ער איז ביים כותל.
יש לי עוד הרבה תמונות מאדמו"ר באבוב בארץ, וגם יש לי תמונות טובות כשהוא בכותל.
I have more pictures from the bobov'r Rebbe's visit to israel and also from him davening by the KOTEL
מען קען זיך פארבינדן מיט מיר
אפשר ליצור קשר איתי
Please contact me at
[email protected]
x-Jewboy
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2004 18:55 |
|
| |
לידיעתך.
איך נעם נישט קיין בילדער פון אנדערע פלעצער פאר נייעס.
נאר וואס מ'שיקט מיר דירעקט אדער וואס איך מאך אליינס.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2004 10:37 |
|
| |
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם.
jewboy בילדער ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2004 10:07 |
|
| |
די מעמד צאתכם לשלום איז געווען א מעמד נשגב מאוד, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז ארויסגעקומען אויף דעם פארטש פון זיין הויז, און האט זיך אוועקגעזעצט ביי א טיש, דער ראש הקהל הרב ר' משה מאיר איינהארן הי"ו האט געזאגט דברי פרידה און זיך געזעגענט בשם דעם גאנצן עולם.
דאן האט דער איידעם פון רבי'ן שליט"א הרב יושע רובין שליט"א איבערגעגן די ווערטער פונעם רבי'ן אז מען זאל מוסיף זיין אין לערנען, זאגן תהלים און געבן צדקה אז די נסיעה זאל אדורכגיין בשלום, און ער האט איבערגעגעבן די ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א פארן עולם.
דאן איז דער רבי שליט"א אראפגעקומען און אריין אין די קאר די פילע טויזענטער און טויזענטער באטייליגער האבן געטאנצן און געזונגן "כי בשמחה תצאו" און "ימים על ימי מלך תוסיף" און נאך שיינע ניגונים.
מען האט באגלייט דער רבי'ן שליט"א ביז די 45 סט גאס, די געדרעגעניש און שטופעריי איז געווען מורא'דיג פון דעם ריזיגן ציבור בליעה"ר, מען האט געטאנצט און געזונגען מיט א התלהבות של שמחה.
די גאסן זענען געווען באלויכטן מיט לעמפלעך און באהאנגען מיט הערליכע סיינס. טויזנטער קינדערלעך האבן געהאלטן ספעציעלע הערליכע פענער.
עס איז געווען א מלכות'דיגע מעמד וואס בארא פארק האט שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס!
x-Jewboy
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2004 04:52 |
|
| |
שוין דא אפדעיטס פון צאתכם?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|