בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דאפלטע טראגיע, לוי' געפלאנט אין פורים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/3/2004 20:17 לינק ישיר 
דאפלטע טראגיע, לוי' געפלאנט אין פורים

א שרעקליכע טראגעדיגע האבן באנוצען אלע גולשי היידפארק בכלל און דעם פורום חדשות אנש בארהב ובעולם, ווען מ'איז דערגאנגען די ביטערע ידיעה פון די פטירה פון דעם לאנגיערער ירושלימער ל"ו צדיק און נסתר

הקדוש יוסף90 הי"ד
הקדוש פעשי הי"ד


וואס האט נעבעך אוועקגעגעבן זיינע 24 שעה אין מעת לעת אויף דעם פורום יום ולילה לא ישבותו, בייטאג און ביינאכט, שבת און אינדערוואכן איז ליידער מער נישט צווישן אונז.

די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון דעם 90 יעריגן פעשי האט גאר שווער באנומען אלע אידן וואס האבן אים נעבעך געקענט, און פאר אלע וואס האבן מיטגעהאלטן ווי ער האט זיך נעבעך אזוי געמוטשעט די אלע יארן ליידער, ליידער. (ה' יאמר לצרותיו די)

איצט אין די שמחה'דיגע טעג פון משנכנס אדר, האט מען אויפגענומען די בשורה מיט געבויגענע קעפ און מיט פארקרומטע העלזער.

אלע גולשי היידפארק זענען ערשיטערט און צעבראכן אז אזוינס האט דער דורכלויפנטער עפיזאד האט נעבעך פאסירט דוקא איצט פאר פורים.

לויט ווי מ'הערט פון קרובי המשפחה וועט די לוי' פארקומען בעצם יום הפורים פון די געסלאך.

ווי עס הייסט איצט וועט מען דעם נפטר לייגן אין דעם בית החיים "אויסגעמעקט", ווי א לעבעדיגער איד טרעט נישט איבער מדי שנה בשנה.

ווי מ'הערט איצט האט דער נפטר איבערגעלאזט ב"ה א דור מיט טויזנטער און צענדליגער טויזנטער קינדער און אייניקלעך צעזייט און צעשפרייט און אלע פעלדער און וועלדער בכל מקומות מושבותיהם, און מ'האט אז מ'וועט נאך הערן פון די נשמות פיל פיל גוטע זאכן.

אזוי אום פורים קומען נישט פאר קיין הספדים, וועט אבער געהערט ווערן די שליכטן און קרעכצן פון די גוטע פריינט און קרובי המשפחה פונעם נפטר, וואס וועלן אלע ווי איינער אויסשרייען דעם שרעקליכן פארלוסט, און אויפברענגען די נאסטאלגישע זכרונות פונעם נפטר, ווי ער האט זיך נעבעך געמוטשעט אויף דעפ פורום די אלע טעג ביז צו זיין פלוצלומ'דיג פטירה.

אזוי ווי דער וואונד איז נאך זייער פריש, און מ'ווייסט נישט אלע פרטים, וויאזוי דער נפטר האט אזוי פלוצלינג אויסגעהויכעט די נשמה, קען מען נאך די אלע פרטים נישט שרייבן.

אזויפיל ווייסט מען אז אין די לעצטע מינוטן איידער דער נפטר האט צוגעמאכט די אויגן, האט ער נעבעך אריינגעהויבן א נערווען צוזאמענבראך ה"י, פון וואס ער איז ליידער נישט אויפגעשטאנען לתחיה.

ולא ישמע עוד שוד ושבר.

פרטים יבואו

תוקן על ידי - jewboy - 03/03/2004 21:19:16



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/3/2004 02:06 לינק ישיר 

rest in peace



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2004 22:53 לינק ישיר 

וואו זיצן די יתומים שבעה?







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דאפלטע טראגיע, לוי' געפלאנט אין פורים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext