די סאטמאר מצה בעקריי אין ווילי, איז היי יאר ארויף מיט די פרייז פון די בית רחל מצות אויף יו"ט פסח, און עס איז די טייערעסטע מצות וואס איז דא צו באקומען פון אלע סאטמאר'ע מצה בעקעריי און אויך פון איבעראל.
די פרייז פאר א פונט מצות היי יאר איז 16.50, אבער אין די בעקעריי פון סאטמאר ווילי, איז די פרייז פאר א פונט בית רחל מצות $17.00 די טייערסטע אויפן מארקעט.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס יעקב כ. און שאול פ. האבן אריבער גערופען ר' דוד ראזענבערג דער מנהל האופה, און אים געזאגט אז קהל דארף היי יאר נאך 100,000 דאללער ריוח פון די מצה בעקריי פאר קהל, ר' דוד האט זיך געטאנעט מיט זיי, אבער זיי האבן אים געזאגט אז ער קען גיין אז ער וויל, און זיי וועלן אריין שטעלען א צווייטען.
ר' דוד האט נישט געהאט קיין ברירה און ער האט גהעכערט די פרייז פון יעדעם, און מייקר השער פון די מצות לפסח.
עס איז א בושה וחרפה נאכדעם וואס די סאטמאר מצה בעקעריי איז אלס געווען געשטעלט צו זיין די ביליגסטע פרייז, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט געוואלט, קומען די שליחי זאלי און זענען מייקר השער, און בעטן די טייערסטע פון יעדעם.
נשלח ב-13/4/2005 03:26
אין קר"י האט מען ערפינעדן א רובערישע וועג צי מאכן געלט פין די מצותחוץ די העכרונג אין פרייז אז מען וועגט אפ די מצות בשעתן קויפן אין מען רעכנט פינקטליך אויף די וואג
למשל ביז היינט א באקס וואס איז געשטאנענן "צווי א האלב פונט" איז אייביג געווען עטוואס מער ווייל עס קען דאך נישט זיין פינקטליך.היינט אז מען וועגט אפ יעדע באקס בשעתן קויפן צאלט מען אפלוי עס איז נאר א פעני מער
דאס הייסט רויבער ווייל עס איז געניג טייער אזוי אויך
טיט מען עס אין נאך פלעצער???
נשלח ב-13/4/2005 03:01
דער אשכול הייסט מייקרי השער!
די מצות אין קרית יואל קאסטן דאס זעלבע ווי אין וויליאמסבורג...
נו וואו קומט דא אריין מייקרי השער?
וואו איז מאנרא ווען ס'קומט צום מייקר השער זיין ביי די האוזינג?...
צו בעטן 50-60 טויזנט דאלאר פאר א רעגירונג דירב איז וואס?...
ביטע זע אז די בית אופה המהודרת... זאל נישט בעטן אזא הויכע פרייז ווי די מייקרי השער פון די זאליס...
נשלח ב-7/4/2005 22:00
קיינער האט נישט גענומען די מי און אפגערופן קיין קרית יואל געוואויר צו ווערן וויפיל זיי בעטן?
זיי זענען איינשטימיג מיט די פרייזן פון וויליאמסבורג, אבער זיי קענען נישט ארויסגעבן מער פון 30 טויזנט פונט מצות ווייל זיי האבו נישט די רוסישע וועלגערערס. און נאר 11 וועלגערערס ארבעטן דארט במשל פונען סעזאן.
גייט און איבערצייגט אייך
וויליאמסבורג פארקויפט אן ערך פון צוויי הונדערט טויזנט פונט! קרית יואל בית אופה המהודרת... 30 טויזנט...
נשלח ב-7/4/2005 07:21
זענען די מצות אין קרית יואל ווייניגער מהודר פין די מצות אין ווילי?
און טאמער יא מיט וואס?