|
|
| נשלח ב-8/4/2005 00:39 |
|
| |
ווייסט עמיצער וואו מ'קען באקומען מצות פאר ביליג אין בארא פארק?
א דאנק אייך!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 01:26 |
|
| |
דאס איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען קויפן מצות פאר ביליג איז – סטרייץ...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 02:06 |
|
| |
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין, פארוואס די סאטמארער מצה בעקערי איז גרעסער פונעם בית אופה המודרת... אין קרית יואל?
אויב אהרן איז דער רוב וויאזוי איז דאס מעגליך?..
ווער עס קען ענטפערן איז וועלקאם אפילו שור-שנגח...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 02:50 |
|
| |
סאטמאר וומסב
געריגע 16
רש"י 22
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 04:32 |
|
| |
פויליש,
אלא מאי מוז טאקע זיין אז ר' זלמן לייב האט דער רוב, ווייל די מצה בעקעריי אין וומ"ס איז גרעסער פון קרית יואל!
דא ליגט די הונט באגראבן!
אינטערסאנט סיז קיינעם נישט בייגעפאלן ביז איצט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 04:58 |
|
| |
כ'האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך אז
.. ... .... ... ... {ווער עס געדנקט אים נאך}
שרייבן אלע מיטן זעלבן, לשון ניצן די זעלבע ארגימענטס,{למשל,ווער עס האט מער,אהרן קען נישט קימען אין ראדני,אייביג ביזי מיט יענעמם קליגשאפט,וכדומה}
אין נאך מער,זיי שרייבן קיינמאל נישט באנזאם ווען איינער שרייבט שרייבט נישט דער צווייטער
מיר זעט אויס אז עס איז איין מענטש,עס איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא ווייל ער שרייבט סיי ווי נישט ווי די גרעסטע חכים עס איז אבער אינטערסאנט אנצימערקן
תוקן על ידי - אינגערמאן - 08/04/2005 7:55:10
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2005 05:38 |
|
| |
getme,
האסט א פוינט, אלע קומען זיי מיט די זעלבע כיטרע אויסדרוקן, ווי למשל:
"קלוגע אידן האבן זיך געווערטלט"
(דאס מיינט, א דשאוק וואס ער האט איצט אויסגעטראפן)
"די וומ"ס גאסן זענען געווען אויסגעליידיגט פון אהרונים"
(דאס מיינט, אז ער האט זיך ארומגעדרייט אויפן גאס אפאר שעה און קיינער האט איהם נישט נאכגעשריגן)
"סיז א נחת צו זעהן ווי דו שעלטסט"
(דאס מיינט ער שעפט נחת ווען מ'שעלט איהם)
"היינט האט אן אהרוני זיך אויסגערעדט צו מיר"
(דאס מיינט, אז ער איז א סייקייעטריסט און מענטשן רעדן זיך אויס פאר איהם)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 17:56 |
|
| |
ביי דע וועי האב איך היינט געזען די גערויסע אהרוני י. ר. קויפן די טייערע סאטמאר ווילי מצות.
וויל איך פרעגן א שווערע קשיא?
וואס איז שלעכט מיט קר"י מצות!!
אויב איינער האט א תירוץ זאל ער זאגן
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2005 18:44 |
|
| |
עפל, י.ר. טעלעפאן נומ. איז ליסטעד, קענסט איהם אנרופן פרעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 03:01 |
|
| |
דער אשכול הייסט מייקרי השער!
די מצות אין קרית יואל קאסטן דאס זעלבע ווי אין וויליאמסבורג...
נו וואו קומט דא אריין מייקרי השער?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2005 03:26 |
|
| |
אין קר"י האט מען ערפינעדן א רובערישע וועג צי מאכן געלט פין די מצותחוץ די העכרונג אין פרייז
אז מען וועגט אפ די מצות בשעתן קויפן אין מען רעכנט פינקטליך אויף די וואג
למשל ביז היינט א באקס וואס איז געשטאנענן "צווי א האלב פונט" איז אייביג געווען עטוואס מער ווייל עס קען דאך נישט זיין פינקטליך.היינט אז מען וועגט אפ יעדע באקס בשעתן קויפן צאלט מען אפלוי עס איז נאר א פעני מער
דאס הייסט רויבער ווייל עס איז געניג טייער אזוי אויך
טיט מען עס אין נאך פלעצער???
|
|
|
|
|