באמיאונגען איבער דאווענען יוצר
די זאליס לייגן יעצט אריין מורא'דיגע הארעוואניע אין זאלי'ן אז ער זאל קענען איינמאל פאר אלעמאל דאווענען פאר'ן עמוד אפילו ווען מ'זאגט יוצר.
נאך 5 יאר וואס זאלי איז דער פ"ר אין ראדני (לעבן יוסי בראך) האט ער נאך קיינמאל נישט געדאווענט פאר'ן עמוד א שבת פון די ארבע פרשיות, ווייל דער צאן-דאקטאר (דענטיסט בלע"ז) וויל אים פיקסן די ציין יעדעס מאל, איז דער סוד ארויסגערינען אז יעדער לאכט פון דעם גרויסן שטריק.
האבן די זאליס באשלאסן צי ווייזן פאר די אהרונים אז זאלי קען יא צוגיין צום ברעטל אפילו ווען מ'זאגט יוצר.
רעבע קלאר און רעבע קאמפאוט לייגן אריין געוואלדיגע כוחות, און מ'האפט אז אויף שבת החודש וועט דער פ"ר קענען רואיג צוגיין צום ברעטל.
פרטים יבואו.
|
|