בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ציטאטן מדרשתו של הרה"צ מבאבוב שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2004 00:24 לינק ישיר 
ציטאטן מדרשתו של הרה"צ מבאבוב שליט"א

אין א דרשה נעכטן ביי א מסיבת שבע ברכות פון איינע פון די מקרובי בית באבוב האט הגה"צ ר' בן ציון הלברשטאם שליט"א געזאגט די ווערטער

אין אמת'ן האב איך געקלערט צו איך דארף קומען אין אזא צייט כו'
מ'האט דאך היינט געזאגט תהלים מ'איז זיך צאמגעקומען איך געדענק אין תשכ"ח ווען די סאטמערע רב איז נישט געזונט געווארן און די טאטע איז געווען ביי א מסיבה של מצוה האט די טאטע נאכגעזאגט פון רבי'ן ר' אלימלך ס'שטייט אין פסוק סעדני ואושעה און די רבי ר' אלימלך האט דאך געטייטשט אין די היינטיגע צייטען איז נישט קיין ענין אין די שוואכע דורות צו גוזר זיין תעניתים נאר סעדני דורך א סעודת מצוה אושעה, היינט איז דאך געווען די יארצייט פון הייליגן רבי ר' אלימלך זצ"ל און ווי די טאטע פלעגט זיך נוהג זיין אז לילה הולך לאחר היום זאל טאקע זכותו הגדול פון רבי ר' אלימלך וואס די ברודער איז דאך אן אייניקל פון רבי ר' אלימלך וועט אווודאי מגין זיין, איך האב אויך צוויי קינדער יעצט וואס זענען געפאהרן קיין ליזשענסק און מ'האט זיי איבערגעגעבן

אין אמת'ן אז מ'טראכט אריין וואלט די ברודער יעצט געווען דא מיט אונזאון זיך משתתף געווען

ס'איז דאך בעקאנט אז איין שמחה ברענגט דעם צווייטען זאל טאקע די זכות פון די שמחה ברענגן אז ער זאל האבן א רפו"ש

מ'האט דאך דא אין די משפחה שוין אמאהל אוועקגעגעבן א לינג פאר אן אנדערע אין די משפחה זאל טאקע די זכות פון די מסירת נפש ביישטיין פאר נאך א רפואה מיט דעם קען מען טייטשען
כו'
ביז מ'וועט זוכה זייןצו די ריכטיגע שמחה עוד ישמע כו' בביאת גוא"צ







תוקן על ידי - דישיגוטער - 16/03/2004 0:54:08



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2004 07:36 לינק ישיר 

די בארא פארקער
דא האסט גארנישט צוגעשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2004 00:59 לינק ישיר 

ובזכות מצות תמונות אלו יעלו ארוכה ומרפא לאבינו רועינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2004 23:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2004 06:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פורים בבית רב הצעיר שליט"א אויף די רעכטע זייט זיצט דער פורים רב פון באבוב הרה"ג ר' שלום קעסלער שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2004 07:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2004 07:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א פארצייטיש בילד פון די רב הצעיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2004 23:15 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הגה"צ רב הצעיר שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2004 08:47 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ווען וועלט איז געווען וועלט כאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2004 08:24 לינק ישיר 

ווען וועלט איז געווען וועלט כאן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2004 07:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הגה"צ רב הצעיר עם אחיו החביב כ"ק אדמו"ר שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2004 07:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הגה"צ רב הצעיר שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2004 12:41 לינק ישיר 

איך האב מורא אז שמעוןמאיר איז געווארען א באבעווער..., מ'זעהט עם עפעס נישט לעצטענס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2004 08:18 לינק ישיר 

טייערע דישיגוטער:
זייט נישט אזוי ציטומעלט, קיינער זאגט אייך נישט אריין, און אודאי זענט איר נישט און רוסלאנד..
אבער רעדט אייך נישט איין "אז דער רב הצעיר שליט"א האט הנאה" פון אייער דברי ליצנות אויף זיין חשבון כאילו ער רבי'סטוועט בזמן וואס זיין ברודער וואס איז 25 יאהר עלטער פון איהם און איז פונעם עלטערן דור און איז געשטאנען בראש הקמת באבוב באמעריקא איז בתוכינו, (דישיגוטער, דו טוסטו בויען זיין רבי'סטווע און קיין וועג).
והשנית, ווייס איך נישט פארוואס דו האסט נישט פארשטאנען קיין איין קשיא וואס איך האב דיר געשטעלט, א פלא ווי פולע צענדליגער מעסעדשעס האב איך שוין באקומען און תיבה אישית פון ידידי וחסידי באבוב וואס לפלא האבען יא פארשטאנען גענוי און דייטליך און זענען זייער צופרידען פון מיין תגובה, און אלע זיינען אייניג אז די ברענגסט טאקע פיינע נייעס, אבער די דארפסט זיין אביסעל רוהיגער און נישט ווילד און אויפגערעגט, און זארג נישט ליבע דישיגוטער דער רב הצעיר האט ווער ס'זאל זארגען פאר איהם, אהן דיין שרייבעכטס וועגען זיין רבי'סטווע און משפיע זיין און טיילען ברכות און זיין אהנווארימען יודען ווילאנג זיין ברודער איז קראנק...
זאג מיר דישיגוטער, איז דיר טאקע אזוי שווער געווען צו פארשטיין מיין קשיא פארוואס אויף דעם רב זאל זיין געזונד שרייבסט דו "הרה"צ" און אויף דעם רב הצעיר שרייבסטו "הגה"צ"? פארוואס מאכסטו זיך אזוי אומשילדיג און תמ'עוואטע?
והשנית בנוגע די קול פון דעם רב הצעיר... ווען דו וואלסט געשריבען מיט אביסיל מער ישוב הדעת וואלסט דו געזעהן אז איך האב בעסער געליינט וואס די האסט געשריבען ווי די אליין דער שרייבער, דו האסט דאך בפירוש געשריבען בזה"ל: "פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל", יעצט נאכאמאהל וויל איך דיר פרעגען, צו מיינסט דו אז די יונגעלייט האבין אמאהל געהערט די שטימע פונעם מהרב"צ? א"כ אוודאי רעדסטו דאך פונעם שטימע פון רבינו מרן מהר"ש זצ"ל, יעצט ביטע קוק נאכאמאהל וואס דו האסט מיר געענפערט אויף דעם? (געדענק! טראכט 2 מאהל פאר די ענפערסט נאכאמאהל, ווייל איך קען צירוקשרייבען אפילו 40 מאהל ביז דו וועסט שרייבען און ליינען מער פאמעליך..).
והשלישית בנוגע די שטימע פונעם מהרב"צ ענפערסט דו מיט איין ווארט "וואס"? (מער נישט).
זאג נאר חביבי, איז עס טאקע אזוי שווער צופארשטיין וואס איך האב געשריבען בנוגע דאס וואס די האסט געשריבען אז די זקני חסידים האבין זיך דערמאנט די שטימע פונעם מהרב"צ ווען זיי האבין האבין געהערט די שטימע פונעם רב הצעיר. אויף דאס האב איך געענפערט אז דאס איז אלטע פורים תורה וואס מען האט דיר געזאגט און באבוב'ער חדר, ווייל וועלכע אלטע יוד אין ביהמ"ד מען האט געפרעגט האט נישט געוויסט פון דעם ווי איך ברענג דיר די חילוקים....
ווידער אויף אלע איבריגע הערות האסט דו אינגאנצען געשטעלט א פנים פון א תם כאילו די ווייסט נישט און פארשטייסט נישט. אויב אזוי טאקע איז בעסער ווען דו שרייבסט נישט צירוק אפילו איין אות, ווייל מען זעהט סייוי קלאר אז די האסט נישט געהאט וואס צו ענפערן, אויף די שטארקע קשיות פון דיין מיסטריעזע אגענדע וואס די צילסט יעצט מיט אומפארשטענדליכע ארטיקלען.
און דאס וואס די רעדסט וועגען רוסלאנד, בין און כופל אז די קענסט ווייטער שרייבען, אבער מיר קענען אויך, ובפרט נאכדעם וואס איך האב דיר יא געשריבען און תיבה אישית מפורש וואס דער פראבלעם פון דיין שרייבען קען גורם זיין.. וד"ל, (קוק נאכאמאהל דארט, אויף ליין פאמעליך.....)
יעצט נאכאמאהל דישיגוטער טייערע, לאמיר בלייבען גוטע פריינד אבער טו נישט קיין טובות מיט שרייבען פיסטע חדר מעשיות וועגן "מהרב"צ השני מבאבוב שליט"א" ווייל ס'ברענגט געלעכטער, "און דער רב הצעיר האט נישט הנאה, און ער איז דיר נישט מכיר טובה, און עס ווארט דיר נישט קיין כבוד פאר דעם, זיי דיר נישט טועה קיין איין רגע.
ביטע שרייבען מיט ישוב הדעת די וויכטיגע נייעס לשביעת רצון הקוראים, מיר זיינען די מכיר טובה.
אבער לאמיר זיך אויפהערען קריגען, סוכ"ס זענען מיר פון איין חדר ארויס
לאז דעם רבוש"ע פירען אלא פאליטיקס פון מהרב"צ הראשון והשני וכו' וכו'
ביטע זיי מיר מוחל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2004 06:24 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וועמען איר מיינט איר זאגט דא אריין
אבער דאס איז זיכער נישט קיין באבאווער וועג אריינצוזאגן א מענטש אזוי ברבים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2004 04:42 לינק ישיר 

איין זאך
דא איז נישט רוסלאנד און איך וועל שרייבען וואס איך וויל
אבער ס'איז אינטערעסאנט זעהט אויס אז מ'איז צופיהל אריינגעטוהן אין גשמיות קעמען נישט פארשטיין קיין פשוטע ווערטער
אז איר דארפט אטאקירן וואס האט מען שוין געשריבן פשוטע נייעס
נישט אלעס איז דער בלאט
דא גלייבט מען יעדע ווארט

ווען איך בין די רב הצעיר וואלט איך הנאה געהאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ציטאטן מדרשתו של הרה"צ מבאבוב שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext