טייערע דישיגוטער:
זייט נישט אזוי ציטומעלט, קיינער זאגט אייך נישט אריין, און אודאי זענט איר נישט און רוסלאנד..
אבער רעדט אייך נישט איין "אז דער רב הצעיר שליט"א האט הנאה" פון אייער דברי ליצנות אויף זיין חשבון כאילו ער רבי'סטוועט בזמן וואס זיין ברודער וואס איז 25 יאהר עלטער פון איהם און איז פונעם עלטערן דור און איז געשטאנען בראש הקמת באבוב באמעריקא איז בתוכינו, (דישיגוטער, דו טוסטו בויען זיין רבי'סטווע און קיין וועג).
והשנית, ווייס איך נישט פארוואס דו האסט נישט פארשטאנען קיין איין קשיא וואס איך האב דיר געשטעלט, א פלא ווי פולע צענדליגער מעסעדשעס האב איך שוין באקומען און תיבה אישית פון ידידי וחסידי באבוב וואס לפלא האבען יא פארשטאנען גענוי און דייטליך און זענען זייער צופרידען פון מיין תגובה, און אלע זיינען אייניג אז די ברענגסט טאקע פיינע נייעס, אבער די דארפסט זיין אביסעל רוהיגער און נישט ווילד און אויפגערעגט, און זארג נישט ליבע דישיגוטער דער רב הצעיר האט ווער ס'זאל זארגען פאר איהם, אהן דיין שרייבעכטס וועגען זיין רבי'סטווע און משפיע זיין און טיילען ברכות און זיין אהנווארימען יודען ווילאנג זיין ברודער איז קראנק...
זאג מיר דישיגוטער, איז דיר טאקע אזוי שווער געווען צו פארשטיין מיין קשיא פארוואס אויף דעם רב זאל זיין געזונד שרייבסט דו "הרה"צ" און אויף דעם רב הצעיר שרייבסטו "הגה"צ"? פארוואס מאכסטו זיך אזוי אומשילדיג און תמ'עוואטע?
והשנית בנוגע די קול פון דעם רב הצעיר... ווען דו וואלסט געשריבען מיט אביסיל מער ישוב הדעת וואלסט דו געזעהן אז איך האב בעסער געליינט וואס די האסט געשריבען ווי די אליין דער שרייבער, דו האסט דאך בפירוש געשריבען בזה"ל: "פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל", יעצט נאכאמאהל וויל איך דיר פרעגען, צו מיינסט דו אז די יונגעלייט האבין אמאהל געהערט די שטימע פונעם מהרב"צ? א"כ אוודאי רעדסטו דאך פונעם שטימע פון רבינו מרן מהר"ש זצ"ל, יעצט ביטע קוק נאכאמאהל וואס דו האסט מיר געענפערט אויף דעם? (געדענק! טראכט 2 מאהל פאר די ענפערסט נאכאמאהל, ווייל איך קען צירוקשרייבען אפילו 40 מאהל ביז דו וועסט שרייבען און ליינען מער פאמעליך..).
והשלישית בנוגע די שטימע פונעם מהרב"צ ענפערסט דו מיט איין ווארט "וואס"? (מער נישט).
זאג נאר חביבי, איז עס טאקע אזוי שווער צופארשטיין וואס איך האב געשריבען בנוגע דאס וואס די האסט געשריבען אז די זקני חסידים האבין זיך דערמאנט די שטימע פונעם מהרב"צ ווען זיי האבין האבין געהערט די שטימע פונעם רב הצעיר. אויף דאס האב איך געענפערט אז דאס איז אלטע פורים תורה וואס מען האט דיר געזאגט און באבוב'ער חדר, ווייל וועלכע אלטע יוד אין ביהמ"ד מען האט געפרעגט האט נישט געוויסט פון דעם ווי איך ברענג דיר די חילוקים....
ווידער אויף אלע איבריגע הערות האסט דו אינגאנצען געשטעלט א פנים פון א תם כאילו די ווייסט נישט און פארשטייסט נישט. אויב אזוי טאקע איז בעסער ווען דו שרייבסט נישט צירוק אפילו איין אות, ווייל מען זעהט סייוי קלאר אז די האסט נישט געהאט וואס צו ענפערן, אויף די שטארקע קשיות פון דיין מיסטריעזע אגענדע וואס די צילסט יעצט מיט אומפארשטענדליכע ארטיקלען.
און דאס וואס די רעדסט וועגען רוסלאנד, בין און כופל אז די קענסט ווייטער שרייבען, אבער מיר קענען אויך, ובפרט נאכדעם וואס איך האב דיר יא געשריבען און תיבה אישית מפורש וואס דער פראבלעם פון דיין שרייבען קען גורם זיין.. וד"ל, (קוק נאכאמאהל דארט, אויף ליין פאמעליך.....)
יעצט נאכאמאהל דישיגוטער טייערע, לאמיר בלייבען גוטע פריינד אבער טו נישט קיין טובות מיט שרייבען פיסטע חדר מעשיות וועגן "מהרב"צ השני מבאבוב שליט"א" ווייל ס'ברענגט געלעכטער, "און דער רב הצעיר האט נישט הנאה, און ער איז דיר נישט מכיר טובה, און עס ווארט דיר נישט קיין כבוד פאר דעם, זיי דיר נישט טועה קיין איין רגע.
ביטע שרייבען מיט ישוב הדעת די וויכטיגע נייעס לשביעת רצון הקוראים, מיר זיינען די מכיר טובה.
אבער לאמיר זיך אויפהערען קריגען, סוכ"ס זענען מיר פון איין חדר ארויס
לאז דעם רבוש"ע פירען אלא פאליטיקס פון מהרב"צ הראשון והשני וכו' וכו'
ביטע זיי מיר מוחל
 |
|
|