בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די מצב פון באבאווער רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2004 05:20 לינק ישיר 
די מצב פון באבאווער רבי

די מצב פון באבאווער רבי

דערווייל קען ער נישט אטעמן
נעכטן האט מען אין אכט גענומען אז די מוח פאנקצאנירט וויבאלד ער האט געוויזן סימנים פון יסורים
די יסורים קומען פונעם ריקען וואס וויבאלד מ'האט אים געגעבן שאט'ס מוצ"ש האט זיך אויסגעדרייט די ביין פון די רוקען וואס צו דעם קען מען גארנישט טוהן

נאר פעיןקילער נאך און נאך און מעדעצין קעגן אנימאניע






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2004 17:37 לינק ישיר 

די מצב ווערט בעסער און בעסער!!! ב"ה. באלד וועט ער שוין קענען זיך פארמעסטן אין א באקסינג פייט מיט מייק טייסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2004 08:15 לינק ישיר 

ב"ה
חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

די מצב פין באבווער רבי האט זיך שטארק פארבעסערט אין די לעצטע וואך?

ער איז שוין געווען סנדק ביי דריי ברית'ן.

דאס האב איך געהערט פין אפאר באבובער חסידים.

די מצב האלט זיך אין איין פארבעסערען, געבען איבער די שטוב מענטשען, מען האפט אז באלט ווען מען אים שוין קענען געבען סידור קדושין.

און נאכדעם האפט מען אז ער וועט קענען ליינען תנאים'ס.

און נאכדעם האפט מען אז ער וועט קענען באווייזען מופתים.

מי יתן "מציון" ישועת אחיו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2004 10:43 לינק ישיר 

אז איך טאנץ מיט פאקלען קומט מיר נאכנישט קיין שטויס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2004 22:18 לינק ישיר 

כורמיזא

shkoyech



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2004 21:49 לינק ישיר 

באטשי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2004 20:45 לינק ישיר 

דישוגוטער

איך בין היינט נאכמאהל געווען דארט

איך בין געשטאנען קארנער פון חדר שלאף ב' און חדר אבסטפעלד ג' ( איך רוף דאס חדר שלאפטספעלד)

איך הא ארויס גענומען מיין לעפטאפ און די בחורים זענען מיך ווייטער באפאלען. ווען איך האב געזאגט בפירוש אז איך קום בציווי מהרב דישוגוטער האט זיך געמאכט א טאראראם, איך האב געכאפט מיין אלטן לעפטאפ און צוזאמען ארויס געלאפען צו די אלטע שוהל אונטערן גרויסען "ח"י ראטל" טאוול.

איך בין ארויס דורך'ן שער אלימלך לאנדוי וזוגתו חיה ביילא שתחי', אונטער געלאפען אונטער דעם עירוב הקטן, אריבער די גאס, וכל העם ברגלי.

רעכטס איז דעם אלטן רב הויז וואס סדא איין הקפדה נישט דורך צו גיין,

לינקס צו זעכטצען מוז איך דורך גיין דעם בנין הרב אריה לייבוש ממעקסיקא שליט"א און נאך דעם מכון יוחסין בנשיאות הגה"צ מגדיבוב שליט"א

ביך איך בעסער אריין געלאפן אין א דרייווועי צו א בעקיארד.

צו מיין מזל שטייען דארט צווי אלטע בארנבוימער, אין סאיז געווען א מנין באבאווער בחרים וואס האבן געזונגען ברכת אילנות מיטן רב'ס ניגון פון ברכת החמה.

זיי האבן מיך געקעטשט און צוגענומען דעם לעפטאפ. איך מיין ס'איז יעצט ביים דיין.

איך האב זיי מתרה געווהן אז איך וועל מער נישט זאגן קיין תהלים. זיי האבן זיך אויסגעלאכט.
זעהט אויס דאס איס דעם רב הצעיר'ס חברה.

מער קיין תהלים זאג איך נישט!

דישוגוטער איז שולדיג!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2004 01:10 לינק ישיר 

דישוגוטער

איך האב הנאה דו האסט געפאוסט די פסוקי פאר'ן רבינס נאמען אבער זעהט אויס אז די לעבסט נישטצו גוט מיט די ראשי הקהלה.

איך בין היינט געגאנגען ספעציעל דאווענען אין באבאוו. לכבוד ער"ח. אין נאכ'ן דאווענען האב איך ארויס גענומען מיין לעפטאפ אין איך בין צוגעגאנגען צום פאבליק טעלעפון, ארויס דעפלאגט דעם הענטל כדי איינצופלאגען מיין מאדעם, נאכדעהם ארויף צו לאגען אויף היידפארק מסורת און קענען זאגען די תמניא אפי פסוקים לרפואתו השלימה של כ"ק אדמו"ר שליט"א.

האסט געזאלט זעהן וואס דארט האט זיך אגעטוהן. די בחורים און אלטע יחד כולם הודו מ'האט געמאכט אזא טראסק, סאיז געגאנגען ממש הענט. ולא נתקררה דעתם עד שקראו לאפ' ב"ש בכבודו ובעצמו.

וויפיל איך האב מיט איהם איינגעטענהט אז סאיז לדפואתו השלימה של רבינו שליט"א, ס'האט גארנישט געהאלפן, ביז איך האב געזעהן אז די הצלה חברה גרייטן מיך צו בינדן און אוועק פירן ערגעץ האב שנעל פארמאכט דעם לעפטאפ אין ארויס מיט גאנצע אברים.

איך האב אפילו נישט געהעריג צוזאמען געלייגט מיין טלית.

ביטע פארשטענדיגן זיך מיט די ראשי הקהלה כדי צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן בעתיד.

איך וועל זיין צוריק אי"ה מארגן ביטע ערלעדיגען די זאך.

איך דאוון אין חדר שלאף נעבן די טיהר. אויף מיין טלית ביייטל שטייט

THIS WAY UP




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2004 22:32 לינק ישיר 

וויבאלד עס איז ער"ח אייר א'ני יי' רופיך וועט מען היינט פארנאכטס זיך ציזאם קומען 7:15 און ביה"ד הגדול ד'באבוב און מען וועט זאגן תהילים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2004 09:22 לינק ישיר 

דישיגוטער
יפה אמרת
דער באבובער רבי זאגט זיי אלע מיט זייערע תפלות
"לא מעוקצך ולא מדובשך"
נישט ענקערע תפלות האב איך געדארפט נאר ענקער הארץ און געפיל מיך צו העלפין מיט געלד און עסקנות צו בויען די מוסדות פון מיין טאטען.
ווען איך האב ענק געדארפט ווי זענט עטס געווען? (אלע עסקנים און גבירים וחסידים), יעצט ווען עטס דארפטס מיר ווי בין איך?
עס איז ליידער just too bad
השי"ת וועט אוודאי פארגרינגערן זיין שווערן מצב אהן זייערע פאלשע תפלות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2004 03:42 לינק ישיר 

הגה"צ אהאהאהאהא

וואס שרייבסטו אויף אים די זעלבע טיטול ווי זיין טאטע

הרה"צ

אהאהאהאהא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2004 03:11 לינק ישיר 

בראש פון די באבובער חבורה וואס איז געפארען קיין צאנז איז הגה"צ ר' חיים שלום האלברשטאם שליט"א בן הגה"צ רב הצעיר שליט"א איינצירייסין וועלטן ביים צאנזער זיידע פאר די רפואה פון זיין גרויסע פעטער מרן נפתלי צבי בן בלומא רחל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2004 23:12 לינק ישיר 

די צאנזער רב וועט זיי ענפערן
חברה ווי זענט עטס געווען אלע יאהרן ווען מיין אייניקל איז אויסגעגאנגען מיט אלע חובות כדי אז ענקערע קינדער זאלען האבן מוסדות

וואס זענט עטס געווען אזוי סעלפיש פוילע יונגען גייטס ענק פון דאנעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2004 22:01 לינק ישיר 

פרייטאג כ"ה ניסן י' למטמונים ה' תשס"ד.

א חשוב'ע קבוצה פון באבובער חסידים תלמידי חכמים זענען געפארן קיין צאנז אויף די יומא דהילולא פרייטאג כ"ה ניסן מתפלל צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש פונעם הייליגן צאנזער זייד'ן זי"ע, אויף די רפואה שלימה במהרה פון זיין אייניקל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2004 05:52 לינק ישיר 

עס איז היינט אנגעקומען א בשורה טובה פון בית רבינו אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליו"א איז געווען אראפ פון די רעספירעטער פאר 24 שעה און מען גרייט זיך אי"ה בקרוב אהיים ציקומען ברוב פאר והדר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2004 07:24 לינק ישיר 

היינט נאכמיטאג האט מען אריין געלייגט א feeding tube און כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א די פראצידוער איז ב"ה אדורך בשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די מצב פון באבאווער רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext