נשלח ב-16/4/2004 20:00
ליינערס רעאגירן אויף צייטונגען-שמיני דער איד
באשרייבט שבת חוה"מ ביים רבי'ן זענן אין ביהמ"ד געווען אסאך מענטשן "וואס זענן געקומען צי זייערע עלטערן אויף שבת חוה"מ" הא הא הא.
מ' האט געטוישט דעם נאמען אויף קרית יואל פאר די נייע שטעטל אין ירושלים נאכדעם וואס זיי האבן געזען אויף דעם פארום אז די ארונים גייען עס רופן אזוי.
פארוואס שעמט מען זיך צו שרייבן אז רז"ל איז אויך געווען ביי של"ס אין רבינס הויז?.
דער בלאט
א בריוו שרייבער איז מעורר אז ער האט געהערט א חסידישער איד האט געזאגט יהללוך ער"פ ביים מצה באקן וואס איז נגד ההלכה, און פירט אויס היינו טעמא דמגלה והיינו טעמא דפסח.
אויך אין די ארטיקל פון פסח ביים רבי'ן שרייבן זיי אז ער"פ ביים באקן האט מען געזאגט הלל "ביז יהללוך".
ביטע לאזט אייך הערן הערות און נאך קאמעטארן.
נשלח ב-19/4/2004 20:36
און דער בלאט שטייט א מעשה מען האט אטאקירט חב"ד בחורים אין מאסקווא.
ראשית כל איז עס געווען מיט מאנטריאלער בחורים, און נישט מיט אמעריקאנער.
שנית כל די מעשה איז געווען אויף הייד פארק (מישקיי) די זעלבע טאג ווען ס'האט פאסירט, סא ס'איז מיר שוין געווען אלטע נייעס.
נשלח ב-19/4/2004 20:47
פארוואס שרייבט נישט דער איד די גרויסע "מזל טוב'ס" וואס זיי האבן יעדע וואך?
דאס איז פון די איינציגסטע סיבות וואס איך ליין דער איד, כדאי איך זאל מיר קענען מיט פרייען מיט מיינע חבירים וידידים וואס מאכן א שמחה.
נשלח ב-21/4/2004 02:56
אין דער איד פון פרשת צו פעטש 46 ביי פון דא און דארט, נעמט זיך די דער איד אן פאר די ש"ס פארטיי, און שרייב אז די ספרדישע פארטיי פראקלאמירן דעם סלאקן "להחזיר עטרה ליושנה" און די ציונים רייסן זיי אראפ דערוועגן.
עס לוינט זיך צו ליינען ווי "דער איד" נעמט זיך אן פאר די ספרדישע ציוניסטישע ש"ס פארטיי, ווייל זאלי האט אקאפירט די "להחזיר עטרה ליושנה" פון די ש"ס פארטיי וואס ניצט עס שוין איבער 4 יאר.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.