זיי נישט אזוי בייז
איך וואוין אין וויליאמסבורג אין בדרך כלל איז נישט קיין שום פראבלעם
זייער זעלטען איינער זאל מיך נאכשרייען
אפילו מיין בני בית שרייען שוין די קווינסער בחורים נישט נאך
די וואך נאך דעם וואס עס איז געווען א גרויסגעטראגעכטס פסח זענען די מהרסי הדת ווילד געווארן
עס איז גארנישט
פארגעס נישט עס איז בין הזמנים !!!
נשלח ב-18/4/2004 23:15
מען האט ארעסטירט איינער פון די גרויסע זאלי שישקעס הרב מרדכי רובינשטיין, ער זיצט אין ראדני אויבן אן פון די שיינע יודן.
נשלח ב-19/4/2004 07:47
אין די גאסן דורכאויס שבת אין וויליאמסבורג האט געהערט א סכנה צו גיין שפאצירען מיטן אייגענעם ווייב מיט א קערידזש אזוי ווי צו שפאצירן אין הארלעם רח"ל
דאס געשעהט מיט בחורים וואס ווערן משוגע פון ליידיגייער שבת נאכמיטאג ס'איז געווען די ערטע פרקי אבות איז ווי איידער די זלונים זאלען צושטעלן א שבת פארטי פאר די בעיבי בחורים און געבן ליקעריש מיט לאלי פאפס
האט מען זיי ארויסגעשיקט באפאלן אידישע גורכגייער
איינע פון די פארפרומטע (נישט ערליכע) שקצים האט נאכגעשריגען א וואילע יונגערמאן, זאגט מען איהם אז אונזער דיין האט געזאגט אז נאכשרייען יענעם איז א לאו אין די תורה פון "לא תונו" זאגט ער "דאן ברויכט מען דעהם דיין אויך נאכשרייען". רח"ל אז די יונגען פוחזים וריקים ווילען פירען א שטאט!
עס איז אן אפענער מנחת חינוך אז "הוכיח תוכיח" איז נאר אויב וואס מען איז עובר איז א בפירוש'ע הלכה אדער אויב איעדער רב האלט אזוי, אבער אויב עס איז א פלוגתא דאן איז נישט דא די מצוה פון מוחה זיין.
קומען די ליידיגייערס, די ריכטיגע חכמים שלא שמשו כל צרכם און זאגען "עס איז א מצוה (עבירה) נאכצושרייען. יד העדים תהי' בו וכדומה.