הערליכע אבן הפינה אין סערדאהעל
אזא מחזה פון אלע חשובע רבנים אין זעלטן געזעהן געווארן אין בארא פארק
ווי רבנים אזוי ווי: ר' יחזקאל ראטה מונקאטשער מוזאיער ווערדאנער הרב משערי יושר נאוואמינסק ביאן סאטמער ב"פ ספינקא דחקל יצחק ספינקא בית יצחק וומסב"ג פאפא ב"פ וומסבג לינז לויזענבורג באבוב וויען ר' י"י הלברשטאם ועוד ועוד
ווען רבנים געבן אפ כבוד פאר א רב וואס גיבט זיך אוועק פאר בארא פארק
יא דאס איז די סערדאהעלער רב וואס בויט א נייע שוהל
עס איז ארויסגעברענגט געווארן אז דאס איז די שטאַטסטע שוהל אין ב"פ דאס הייסט אז מ'דאוונט די שטאטסטע
נישט ווי אנדערע שוהלן וואס אסאך מאהל זעהט מען בעלי תפלות וואס זוכן צו ענדיגן ווי שנעלער
ווי די באבאווער רבי האט זיך אמאהל אויסגעדרוקט אז די שנעלסטע מאשין קען נישט גיין אזוי שנעל ווי די תחנון זאגערס וואס קלאפן זיך שנעל אויף די הארץ
און ער האט זיך זייער מתמרמר געווען אויף דעם ענין
תוקן על ידי - דישיגוטער - 19/04/2004 17:52:54
|