בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אמנון יצחק קומט קיין וויליטאון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2004 22:49 לינק ישיר 

לכ' הרב עקשטיין שלו'

איך וויל פשוט קלארער מאכן דיינע ווערטער

הרב אמנון יצחק בתחלת התקרבותו לתשובה, פלעגט ער זיך דרייען אסאך אין לאנדאן און דארט האט ער אנגעטראפן הרב ר' נתן יוסף מייזעלס, און לויט ווי איך הער האט ער פון איהם גענומען זיין שארפקייט אין קנאות, אבער איך ווייס נישט צו ער האט איהם אריינגעברענגט צווישן היימישן עולם, הגם איך האלט אז וועט זיין א גרויסער אויפטו אז ער וועט זיך נעמען צו די היימישע, ומי יתן והי' להרמת קרן התורה והיראה אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2004 07:20 לינק ישיר 

יעדע נאכט קומט פאר די וואך מיטונגען דורך "ערכים", וויאזוי עס ארבעט דער סיסטעם פון קירוב רחוקים.

עס טרעטן דארט אויף הר"ר שמואל דישון פון מוסדות קארלין סטאלין און נאך א ריי פון עסקנים, פון די נאנטע צו הרב אמנון יצחק.

וועלכער יונגערמאן עס פארשטייט עברית, און ער שפירט אז ער איז פאסיג פאר אזא אמט, ווערט געבעטן אהין צו גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2004 07:21 לינק ישיר 

אנטשולדיגט. די מיטונגען זענען אין ב"פ, איך מיין אז אין מנורה. מ'קען קאלן פרעגן הרב דישון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 01:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך אזא הסכמה "שנגבה" שטעלט זיך ארויס אז דער עולם איז יא אינטערעסירט תשובה טון...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 01:11 לינק ישיר 

הרב אמנון יצחק איז אן אויסגעהאלטענער מענטש אין עניני השקפה.
אבער פאקטיש איז זיין דרך נישט אויסגעשטעלט פאר אידן וואס זענען שומרי תורה ומצוות וועלכע גייען אויפ'ן ערליכן דרך לויט'ן חינוך וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן און זייערע רבי'ס.
דער וועג וויאזוי הרב יצחק שטעלט אראפ איז געמאכט פאר פרייע אידן וואס ווערן נישט מושפע פון אנדערע וועגן נאר דורך נוצן די ניינטיגע טעכנאלאגישע מעטאדן ווייל דאס מאכט אויף זיי דעם ריכטיגן רושם.
לאמיר נעמען א ביישפיל דעם נייעם ווידיא וואס הרב יצחק האט פרעזענטירט די וואך איבער תחיית המתים. פאר אידן שומרי תמ"צ איז דאס א פרעמדע זאך. מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס וועט פאסירן און מיר דארפן נישט קיין טעכנאלאגישע באווייזן דערויף. דאקעגן די פרייע ווערן שטארק איבערגענומען פון דעם סארט בילד און עס העלפט אז זיי זאלן נתקרב ווערן צו אידישקייט.
דעריבער איז לויט מיין מיינונג דאס נישט קיין ארט פאר היימישע אידן.
פארשטייט זיך אז מען דארף געבן פינאנציעלע שטיצע פאר הרב אמנון יצחק וועלכער האט אויפגעטאן גדולות ונצורות אויפן געביט פון בעלי תשובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 01:11 לינק ישיר 

דער כלל איז אז א צעטל וואס האט נישט קיין חתימה, פאלט אונטער די קאטאגאריע פון א פאשקעוויל ממילא האט עס נישט קיין שום תוקף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 01:25 לינק ישיר 

אנטשולדיגט מיר איחוד
די הרצאה די וואך איז זייער וויכטיג געווען סיי פאר בעלי תשובה און סיי פאר בעלי עבירה, די פילם פון תחיית המתים האט ער טאקע נאר געוויזן וואס ער טוט אויף ביי די פרייע, אזוי ווי ער האט אליין געזאגט פאר'ן דאס אויפשפילן, און ביזדערווייל פארשטיי איך נישט דיין באמבע חילוק פארוועם הרב אמנון יצחק איז געמאכט געווארן, אויב דו ווילסט געב אביסל מער הסבר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2004 01:30 לינק ישיר 

נאך איין הוספה
דו לייגסט אראפ כאילו מיר זענען אידן וואס גייען מיט'ן "דרך" אפשר זאגסטו מיר וואס פאר א דרך, און הלוואי זאלן מיר האבן אמונה פשוטה, נאר לדאבוננו דאס וואס העלפט פאר די פרייע העלפט שוין נישט פאר די וואס גייען מדור דור אויפן .... איך ווייס נישט וואס...

הרב אמנון האט די וואך מסביר געווען ווי אזוי יעדער פשוטער איד דארף צולעבן אויף די וועלט, וואס זיינע הרגשות באדארפן צו זיין, וואס ליידער הערט מען דאס נישט כמעט פון קיין שום בעל דרשן אינעם קרייז וואס גייען מיט'ן דרך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2004 01:33 לינק ישיר 

במחילת כבודו הרמה. איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט.
א איד וואס לערנט ספרי תלמידי בעש"ט און מוסר ספרים ווייסט גאנץ גוט וויאזוי א איד דארף זיך צו פילן און פירן אויף דער וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 01:43 לינק ישיר 

הלוואי ווען דו וואלסט געווען גערעכט

אפשר ווילסטו מיר אביסל איבערגעבן פונם דרך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2004 20:26 לינק ישיר 

איחוד מעמבער פארגעסט וואס רבינו זי"ע האט געזאגט:
"נשתכחה תורת הבעל שם!"
דרך אהער דרך אהין, ס'נישטא היינט קיין דרך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 20:32 לינק ישיר 

דער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג זאגן אז דער איינציגסטער וועג וויאזוי זיך צו דערהאלטן אין היינטיגע מצבים איז צו זיין דבוק אין די תוה"ק און מען מוז כסדר עוסק זיין אין די ספרי תלמידי בעש"ט הק'.
ווילסט מיר אפשר זאגן אז הרב יצחק ווייסט בעסער ווי דאס וואס עס שטייט אין די ספרי חסידות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2004 21:59 לינק ישיר 

ווי עס שיינט ביזטו פון די מענטשען וואס האלטען זיך נישט אין די היינטיגע צייטען, ווייל אנשטאט צו דיין דבוק אין חסידישע ספרים ווי דער ררררררבי ז"ל האט געבלוטיגט (לשיטתך), ביזטו דבוק אין הייד פארק ראשו ורובו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2004 00:44 לינק ישיר 

איחוד'ל
וועלעכע חסידישע ספרים האט דער סאטמארער רבי זי"ע געהייסען לערנען?

מען זאגט דאך נאך פון איהם אז נשתכח תורת הבעש"ט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אמנון יצחק קומט קיין וויליטאון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.