פאר די פרייזען וואס ענק האבען געפלאנט צו בויען אין די פאקענאס איז א דבר פשוט אז אין די קעטסקיל'ס קען מען טרעפען פאר דעם פרייז אויב נישט ביליגער.
נשלח ב-6/9/2005 03:50
פארוואס דארף מען גיין קיין פענסילוועניא, איז נישטא אין ניו יארק גענוג פלעצער, למשל אלבאני, שעראן ספרינגס, אין די מאונטענס, סאראטאגע, וכו...
???
נשלח ב-6/9/2005 03:39
איך קען דיר זאגען אז די סיבה פארװאס פאקאנאס איז נישט געװארן איז װײל די לאקעל מענטשען האבען אינץ נישט געדארפט דארט. ווען עס איז געקימען די צײט צי וואיטען האבען מיר געהאט 4 וואיטס נישט מער.
די עסקנים וואס האבען פריבירט אין pa ארבעטען יעצט װײטער זיי האבען נישט אױפגעגעבען, די צרה איז נאר אז מען קען נישט רעדן דערפון. מחמת כמה סיבת.
אײנע פון די פלענער אויפן טיש איז א נייע געגענט ווייט ווײט אװעק עס זאל גארנישט האבן צוטאן מיט NY ,א שטייגער וווי כמה מקומות אזויווי מאנטשסטער, אנטווערפען, וויענע, אין אפילו ווי אין CHICAGO אדער לאס אנגלעס.
די פלאנירער האבן אױסגעארבעט א לאנגע ליסט מיט IDEAS וואס אין וויאזוי עס צו מאכן פאר א ממשות פאר עס באקימט דעם טויט קלאפ פין א פאר נע זאגערס.
די הויבט זאך וואס מיר ווילען אהער שטעלן איז טאקע ביליגע הייזער. אז א פשוטער פארדינער זאל קענען קויפען אן װערען א בל חוב פארן גאנץ לעבן.
אין ביסט אפשר גרעכט אז ס וועט נעמען א פאר יאר ווייל עס נעמט לאנג ביז מען פארטיגט די פלענער. אבער דאס מיינט נישט אז מען טיט גארנישט.
איך וואלט אויך געוואלט בעטן דעם עולם צי באטייליגען אינען YAHOO GROUP װאס מיר האבען גע'עפענט. מיר ווילן דאס ניצן צי ווייזען פאר די פארשידענע פערזוינן וואס מיר דארפען האבען אויף אינזער זייט (זיי לײנען נישט קײן יודיש)
ביטע זאגט פאר עס קען זאל קליקען
http://groups.yahoo.com/group/jewsrelocation/
ישר כח
jrelocate
נשלח ב-28/6/2004 21:55
שוין דירך צוויי חדשים ווען די פרייליכע נייעס וועגן א נייע חסידישע קרי׳ אין PA
אבער... דערנאך איז צירוק געווארן שא שטיך!
צי האט איינער מער אינפארמעשאן אדער די חלום איז שוין טויט?